צי באַציִען זיך די בריטישע ייִדן מער געזונט צו חילוקי־דעות לגבי ישׂראל?

Do British Jews Have Better Approach to Strife Over Israel?

MARTYNA STAROSTA/YONI WEISS

פֿון קייט קאַן־האַריס (Forward)

Published September 19, 2014, issue of October 10, 2014.

זײַענדיק אַ שרײַבער, לערער און פֿאָרשער, פֿאַרנעם איך זיך מיטן פֿאָרשן און באַשרײַבן די בריטישע ייִדישע קהילה. איך אינטערעסיר זיך אָבער אויך מיט די געשעענישן, וואָס קומען פֿאָר צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן. נישט לאַנג צוריק, ווען איך האָב באַזוכט היוסטאָן, האָב איך באַמערקט, אַז מײַנע בריטיש־ייִדישע פֿאָרשונגען רופֿן אַרויס אַ שטאַרקן רעזאָנאַנס בײַ דער דאָרטיקער ייִדישער קהילה.

במשך פֿון די לעצטע יאָר פֿאָרש איך, ווי אַזוי די באַציִונג צו ישׂראל האָט צעטיילט דעם ייִדישן ציבור אין פֿאַרשיידענע ערטער. איך גלייב, אַז כּדי די מענטשן מיט היפּוכדיקע פּאָליטישע דעות זאָלן קאָנען זיך צונויפֿרעדן, דאַרף מען פֿאַרשפּרייטן אַ קולטור פֿונעם ציווילן דיאַלאָג. איך האָב באַזוכט היוסטאָן בעת דער אַנומלטיקער מלחמה אין עזה; צוליב דעם, האָט צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן געהערשט אַ באַזונדערס אָנגעשטרענגטע אַטמאָספֿער. די חילוקי־דעות זענען געווען שאַרף און בולט.

אין פֿאַרשיידענע לענדער ווערן די דאָזיקע חילוקי־דעות אויסגעדריקט לאַוו־דווקא אויף די זעלבע אופֿנים. לאָמיר פֿאַרגלײַכן, למשל, בריטאַניע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. קודם־כּל, זענען צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן מער פֿאַרשפּרייט שטאַרק רעכטע שטימונגען. אַ ריי ייִדישע פֿיגורן שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין דער נעאָ־קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, און אַזעלכע רעכטע פּראָ־ישׂראלדיקע גרופּעס, ווי די „ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע‟, האָבן אַ גרויסע השפּעה.

אין קאָנטראַסט, זענען אין ענגלאַנד קיינמאָל נישט געווען אַזעלכע דעמאָנסטראַציעס קעגן דעם אַרויסצי פֿון עזה, ווי מיט 8 יאָר צוריק אין אַמעריקע. די בריטישע צענטראַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס באַציִען זיך, בדרך־כּלל, מיט סימפּאַטיע צום פּלאַן צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מלוכה און דערלאָזן מער צו קריטיקירן ישׂראל.

דער אַלגעמיינער פּאָליטישער קלימאַט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז אויך מער פּראָ־ישׂראלדיק. די אַמעריקאַנער רעכטע קריסטן דריקן כּסדר אויף די פּאָליטיקער; להיפּוך, איז די פּראָ־פּאַלעסטינער באַוועגונג אין אַמעריקע שוואַך און איז פֿאַרשפּרייט בלויז אין געוויסע אוניווערסיטעטן.

אין בריטאַניע, זענען די ייִדישע קהילות מער צענטראַליזירט, ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין אַמעריקע איז נישטאָ אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס, ווי דאָס הויפּט־רבנות און דער פּלו־פּאַרלאַמענטאַרישער „פֿאָרשטייער־ראַט פֿון בריטישע ייִדן‟. ווי אַ רעזולטאַט, זענען די אַמעריקאַנער ייִדן מער פֿאַרשיידנאַרטיק און דעצענטראַליזירט, אַרײַנגערעכנט די פּאָליטישע חילוקי־דעות; דאָס מיינט אָבער אויך, אַז די בריטישע ייִדן שטעלן אַ גרעסערן אַקצענט אויפֿן ענין פֿון אַחדות. די באַציִונג צו ישׂראל רופֿט נישט אַרויס אין בריטאַניע אַזעלכע שאַרפֿע קהילה־קאָנפֿליקטן, ווי אין אַמעריקע.

עס קאָן זײַן, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן וואָלטן געקאָנט אָפּלערנען וויכטיקע לימודים פֿון די בריטישע. אין פֿאַרגלײַך מיט אַמעריקע, האָבן מער ווי 90 פּראָצענט ייִדן אין ענגלאַנד באַזוכט ישׂראל כאָטש איין מאָל און ווייסן, אַז די עקסטרעמע פּראָ־ישׂראלדיקע און אַנטי־ישׂראלדיקע מיינונגען זענען ביידע איבערגעטריבן. ס׳איז כּדאַי צו פֿאַרשטיין, אַז דאָס אינערלעכע קהילה־אַחדות האָט אַ וויכטיקע ווערט, און אַז ישׂראל איז אַ קאָמפּליצירט לאַנד מיט פֿאַרשיידענע מעלות און חסרונות.