אין עלטער פֿון 90 יאָר, איז שבת, דעם 13טן סעפּטעמבער, געשטאָרבן אין ישׂראל מאַקס פֿורמאַנסקי. נאָכן חורבן האָט פֿורמאַנסקי זיך באַזעצט אין בוענאָס־אײַרעס, װוּ ער האָט פֿאָרגעזעצט זײַן פּעדאַגאָגישע קאַריערע. געװען ייִדיש לערער, לאַנג־יאָריקער דירעקטאָר פֿון דער משה רובין פֿאָלקשול און אַ חזן, װאָס האָט ליב געהאַט דאָס ייִדישע ליד. זײַנע קאָנצערטן אין ייִװאָ האָבן שטענדיק שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם. ער האָט פֿאָרגעזעצט זײַן װעג אין מעקסיקע און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און װען ער האָט זיך פּענסיאָנירט, האָט ער זיך באַזעצט אין ישׂראל. זײַנע רעקאָרדירונגען פֿון חזנישע שטיקלעך און די ייִדישע לידער זאָגן עדות פֿון זײַן מתיקות, ראַפֿינירטקייט און פֿאַרשטאַנד פֿאַר דעם, װאָס ער האָט אינטערפּרעטירט. כּבֿוד זײַן אָנדענק.
פּראָפֿ‘ רחל אליור, האָט באַזוכט בוענאָס־אײַרעס. זי לערנט אין ירושלימער אוניװערסיטעט און ספּעציאַליזירט זיך אין קבלה און ייִדישער פֿילאָזאָפֿיע. אין אירע לעקציעס אין פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס האָט זי פֿירגעבראַכט איר טעזע, אַז די מגילות פֿון קומראַם האָבן געהערט צו אַ גרופּע כּהנים, די בני־צדוק, װאָס זײַנען פֿאַרטריבן געװאָרן פֿון ירושלים, און נישט צו די איסיים. זי האָט אויך פּרעזענטירט אירע ביכער „די פֿילפּנימדיקייט פֿון דער פֿרײַהײט‟ און „דער מיסטישער אָנהייב פֿון חסידיזם‟. פֿאַראינטערעסירט אין דער מערכה פֿון ייִדיש און ייִדישן בוך, האָט פּראָפֿ‘ אליור געאַרבעט מעשׂים אין מאָנטעװידעאָ און אין בוענאָס־אײַרעס, און סטימולירט די שטיצע פֿאַר אינסטיטוציעס, װאָס גיבן זיך אָפּ מיט דער ייִדישער שפּראַך.
דעם 11טן סעפּטעמבער איז פֿאָרגעקומען אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה אַ דערמאָנונג־אַקט פֿאַר די קרבנות פֿון טעראָריזם. עס האָבן זיך באַטייליקט דניאל רעפּאָסאָ, אַרגענטינער נאַציאָנאַלער קאָנטראָלער, קעװין סוליװאַן, עקאָנאָמישער סעקרעטאַר פֿון דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע, די קולטור־סעקרעטאַרין פֿון דער שפּאַנישער אַמבאַסאַדע, די אַמבאַסאַדאָרן פֿון ענגלאַנד און פֿון ישׂראל, און די פֿאָרשטייער פֿון ייִדישע און ניט ייִדישע אינסטיטוציעס. אַלע רעדנער האָבן אויסגעדריקט זייער אומרו אין שײַכות מיטן ברוטאַלן טעראָריזם, װאָס איז אַ סכּנה פֿאַר דער מענטשהײט, װאָס נעמט ייִדן און קריסטן װי אַ ציל פֿאַר זייערע טעראָריסטישע מעשׂים.
קעװין סוליװאַן האָט, חוץ זײַנע דערקלערונגען װעגן טעראָריזם אויך דערקלערט, אַז אַרגענטינע דאַרף צאָלן אירע חובֿות, װײַל אַזוי װעט זיכער װאַקסן איר װירטשאַפֿט. אַרגענטינע האָט אָנגעהויבן לייזן פֿונדאַמענטאַלע פּראָבלעמען זיך װידער אײַנצוגלידערן אין דעם פֿינאַנציעלן מאַרק ביז זי האָט באַשלאָסן נישט אָנצונעמען דעם פּסק־דין פֿון אַן אַמעריקאַנער ריכטער. דער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן האָט אים אַרויסגערופֿן און אויסגעדריקט, אַז די אַרגענטינער רעגירונג האַלט זײַנע רייד װי אַ פֿאָרעם זיך אַרײַנצומישן אין אינערלעכע ענינים פֿונעם לאַנד.
מען רעכנט אַז דאָס איז װײַל אַמעריקע האָט ניט געשטיצט אַרגענטינע װען די גענעראַל פֿאַרזאַמלונג פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער האָט גוטגעהייסן אַרגענטינער פֿאָרשלאַג צו שאַפֿן אַן אינטערנאַציאָנאַלע רעגולירונג פֿאַר די אונטערהאַנדלונגען פֿון די חובֿות. צו דעם פֿאָרשלאַג האָבן זיך קעגנגעשטעלט די לענדער װוּ עס קומען פֿאָר פּראָצעסן קעגן אַרגענטינע.
מאָנטיק, דעם 15טן סעפּטעמבער האָט די „דאַיאַ‟ פֿאַרטיילט אירע יערלעכע פּרעמיעס. די פּרעמירטע פֿאַר „װיסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע‟ זײַנען געװען: דער „סאַמע‟ — די אינסטיטוציע, װאָס איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר די אַמבולאַנסן פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, און אירע מיטגלידער צו אינטערװענירן אין קאַטאַסטראָפֿעס; פֿאַר „קונסט‟ — דעם נאַציאָנאַלער כאָר פֿון בלינדע; פֿאַר „סאָלידאַריטעט‟ — די פֿײַערלעשער פֿון דער געגנט באַראַקאַס; פֿאַר „אײַנגלידערונג און גלײַכקייט‟ — די פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט פֿון בלינדע „די פֿלעדערמײַז‟; פֿאַר „מענטשנרעכט‟ — „די מאַמעס פֿון װייטיק‟, די אָרגאַניזאַציע, װאָס קעמט קעגן אויטאָמאָביל־אַקצידענטן; און פֿאַר „ספּאָרטעטיק‟ — סערזשיאָ װיגיל, דער נאַציאָנאַלער האָקי־טרענירער. אַזוי האָט דער ייִשובֿ באַערט די, װעלכע האָבן באַרײַכערט מיט זייערע טעטיקייטן די אַרגענטינער געזעלשאַפֿט. די אַרגענטינער פּרעסע האָט ברייט אָפּגעשפּיגלט דעם אַקט. הײַיאָר איז דער אַקט פֿאָרגעקומען אין דעם אוניװערסיטעט „פּאַלערמאָ‟.
די געמיינדע „עמיחי‟ האָט מיטװאָך, דעם 17טן סעפּטעמבער, אָרגאַניזירט אַ ספּעציעלע פֿאָרשטעלונג מיטן „נאַציאָנאַלן פֿאָלקלאָר־באַלעט‟. מיט אַ פֿרײַען אײַנטריט, האָט דער עולם באַדאַרפֿט ברענגען מאכלים, װאָס װעלן באַניצט װערן אין זייער „פֿאָלקס־עסצימער‟, װאָס באַדינט טעגלעך די הונדערט נויטבאַדערפֿטיקע פֿון דער געגנט.
דאָס בוך „לײַדנשאַפֿטן בעת דעם קריג‟ איז פּרעזענטירט געװאָרן אין „האָלאָקאַוסט מוזיי פֿון בוענאָס־אײַרעס‟. די מחברין, סינטיאַ װילאַ האָט אָפּגעשפּיגלט די ליבע בעתן חורבן מיט אויסערגעװיינטלעכע בײַשפּילן. דער פּסיכאָלאָג גבֿריאל ראָלאָן האָט געפֿירט אַ דיאַלאָג מיט דער שרײַבערין, און דער עולם האָט געהאַט די מעגלעכקייט צו שטעלן פֿראַגעס.
דער פּראָקוראָר װאָס פֿאָרשט אויס דעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה אין יולי 1994, האָט די טעג געבעטן מען זאָל פֿאַרמישפּטן דעם ריכטער פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס, פֿעדעריקאָ דאָמינגעז. ער האַלט, אַז ער האָט געפֿעלשט און געצװוּנגען די עדות צו באַשולדיקן די פּאָליציי־מענער פֿון דער פּראָװינץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.