ביזן 20סטן י”ה און דעם אויפֿקום פֿון דער הײַנטצײַטיקער שפּראַך־וויסנשאַפֿט האָבן פֿילאָלאָגן „געוווּסט“, אַז אויף דער וועלט זענען פֿאַראַן צווייערליי לשונות: „ריינע“ און „געמישטע“. אָט, למשל, האָבן די משׂכּילים אַראָפּגעריסן מאַמע־לשון, למאַי ס’איז אַ „מיששפּראַך“, בשעת דײַטש איז, פֿאַרקערט, ריין וואָס ריין הייסט. און אין פֿלוג זענען זיי געווען גערעכט: אויף ייִדיש זעען זיך קלאָר אָן, למשל, די לשון־קודשדיקע וואָרצלען פֿון ווערטער, אַזוי ווי „שבת“ און „תּורה“, בשעת אויף דײַטש זעט מען נישט אַזוינס. חוץ דעם, איז דײַטש דאָך געווען ס’לשון פֿון ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿיע און קולטור, בשעת די ייִדישע ליטעראַטור, מישטיינס געזאָגט, איז באַשטאַנען דעמאָלט פֿון לײַכטע ביכלעך פֿאַר ווײַבער.
נו, דער משׂכּיל בשעתּו האָט פֿאַרגעסן אַ צאָל וויכטיקע פֿאַקטן:
די ווערטער פֿון אוריאל ווײַנרײַכס, אַז „קיין שום שפּראַך וואַקסט נישט פֿון איין ריינעם מקור, אָבער בשעת אין גריכיש אָדער לאַטײַן איז דאָס געמישטקייט נישט אַזוי בולט, איז עס אויף ייִדיש אָדער ענגליש זייער בולט“ („קאַלעדזש־ייִדיש“, ז’ 50). זײַן טאַטן, מאַקס ווײַנרײַך, קומט דאָ אויך אַן עליה פֿאַרן צוטראַכטן דעם טערמין „שמעלצשפּראַך“, דאָס הייסט, איינע וואָס באַשטייט פֿון באַזונדערע קאָמפּאָנענטן, וואָס האָבן זיך צונויפֿגעשמאָלצן — אַ נייטראַלער טערמין, אַנדערש פֿון „מיששפּראַך“, וווּ ס’באַקומט זיך, אַז דער רעזולטאַט אין נישט קיין איינס, נאָר גאָר עפּעס אַ מישמאַש.
אַז די איינציקע „ריינע“ לשונות זענען די, וואָס ווערן גערעדט ערגעץ אין אַן עק פֿון פֿעלקער, וואָס קומען מיט קיין פֿרעמדע נישט אין קיין קאָנטאַקט. אַ קולטורפֿאָלק, ווידער, מוז זיך געפֿינען אונטער דער השפּעה פֿון אַנדערע פֿעלקער; עס מוזן במילא אַרײַנקומען אויך ווערטער פֿון דער פֿרעמד. די חכמה פֿון די דײַטשן איז מער נישט דאָס, וואָס זיי פֿאַרשטעלן זייערע לײַווערטער אויף זייער אַ כיטרען אופֿן. אָט האָבן מיר אויף ייִדיש אַזוינע גריכיש־שטאַמיקע ווערטער ווי „טעלעפֿאָן“ און „אָרטאָגראַפֿיע“. צו די דײַטשן זענען אויך אַרײַן די זעלבע ווערטער, אָבער מע האָט זיי פֿאַרמאַסקירט דורך קאַלקירן, דורך פֿאַרטײַטשן יעדן באַזונדערן עלעמענט; האָט מען גאָר Fernsprecher פֿאַר „טעלעפֿאָן‟ און Rechtschreibung פֿאַר „אָרטאָגראַפֿיע‟.
נאָך מיט אַ רעלאַטיוו קורצער צײַט צוריק איז דײַטש געווען פֿאַררעכנט פֿאַר אַ וווּלגאַרן דיאַלעקט, בשעת דאָס אייראָפּעיִשע קולטור־לשון איז גאָר געווען לאַטײַן. ווי זאָגט מען: די שוויגער האָט פֿאַרגעסן, אַז זי איז אַ מאָל אַליין געווען אַ שנור…
אַז ס’איז שוין געקומען צו רייד schreiben, מיינט איר אַוודאי, אַז קיין דײַטשישערס קען שוין נישט זײַן. אויב אַזוי, האָט איר במחילה אַ טעות. בלעטערנדיק איין מאָל אינעם דײַטשישן עטימאָלאָגישן ווערטערבוך פֿונעם פֿאַרלאַג „דודען‟ (יאָ, אין מײַן בראַנזשע לייענט מען ווערטערביכלעך!), האָב איך אונטער דעם וואָרט געלייענט אָט וואָס: „דער ווערב schreiben איז, ווי די לײַווערטער Brief און Tinte, מיט דער רוימישער שרײַבקונסט אַנטליגן געוואָרן פֿון לאַטײַן“. ווען כ’האָב דאָס איבערגעלייענט, בין איך נשתּומם געוואָרן: וועגן דעם רעדט מען אָפֿן?! אָבער וואָס אמת איז אמת: פֿאַר צײַטנס איז ס’גרויסע דײַטשישע קולטורפֿאָלק באַשטאַנען פֿון ווילדע שבֿטים אַנאַלפֿאַבעטן; ערשט ווען זיי זענען באַפֿאַלן די רוימער און צו נישט געמאַכט זייער ציוויליזאַציע, האָבן זיי בײַ זיי געשעפּט די יסודות פֿון לייענען און שרײַבן. און מיטן קענטעניש קומט אויך די טערמינאָלאָגיע.
אין אַ שיינעם טאָג איז דער שרײַבער פֿון די שורות געזעסן אין אַ קלאַס אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט בײַם פּראָפֿ’ מיכל הערצאָג ע”ה. ס’איז געווען די ערשטע טעג פֿונעם קורס „אַרײַנפֿיר אין ייִדישע לימודים“. פֿרעגט פּראָפֿ’ הערצאָג, צי מיר סטודענטן, ווייסן פֿון ייִדישע ווערטער, וואָס שטאַמען פֿון לאַטײַן. „בענטשן“, זאָגט איינער. „לייענען“, זאָגט אַן אַנדערע. כאַפּ איך זיך אַרויס: „שרײַבן“. ענטפֿערט הערצאָג: „נו, ‘שרײַבן’ האָט אפֿשר זײַן אַבֿי־אַבֿות אין לאַטײַן, אָבער איז אַרײַן אין ייִדיש פֿון דײַטש“. איז דאָס וואָרט פֿון אונדזערט וועגן טאַקע אַ דײַטש־שטאַמיקס, אָבער פֿונעם דײַטשישן קוקווינקל — אַ לאַטײַן־שטאַמיקס. שפּעטער האָב איך שוין געלייענט בײַ „דודען‟, אַז די דײַטשן מאַכן דערפֿון נישט קיין סוד.
די מעשׂה איז, אָבער, וואָס אַ סך אַזוינע ווערטער זענען, ווי געזאָגט, פֿאַרמאַסקירט; זיי זענען שוין אַזוי לאַנג אַרײַן אין דײַטש, אַז זיי האָבן שוין אַן אַנדער פּנים. איז ווען משיח וועט קומען, ווייס איך אויף זיכער, אַז נאָכן אָפּפֿאַרטיקן זיך מיט די גרינגע אַרבעטלעך — תּחית־המתים אד”גל — וועט ער זיך נעמען צו מאַמע־לשון, צונויפֿשטעלן אַ רעדאַקציע, וואָס זאָל פֿאַרענדיקן דעם „גרויסן ייִדישן ווערטערבוך‟, און אין איין וועגס זען, מע זאָל אויך אַרויסגעבן אַן עטימאָלאָגיש ווערטערביכל. וועט איר דאָרטן געפֿינען צווישן אַנדערע די ווײַטערדיקע לאַטײַן־אָפּשטאַמיקע ווערטער:
„שרײַבן“ איז אַרײַן אין מאַמע־לשון דורך דײַטש פֿונעם לאַטײַנישן scribere; אַגבֿ, קער זיך ס’ענגלישע write אָן מיט „רײַסן“, וואָס איז אַ מאָל געווען טײַטש „קראַצן, קריצן‟.
„בריוו“ וואַקסט פֿונעם לאַטײַנישן breve „קורץ‟; ס’ענגלישע brief איז אַ מאָל געווען טײַטש „קורצער כּתבֿ‟, נאָר הײַנט ווייסן מיר, אַז די אַזוי גערופֿענע legal briefs זענען גאָר־גאָר לאַנג!
„קורץ“ וואַקסט פֿונעם לאַטײַניש curtus „קורץ‟.
„טינט“ נעמט זיך פֿונעם לאַטײַנישן tingere, tinctum „פֿאַרבן, געפֿאַרבט‟.
„קלערן“, „טראַכטן‟ און „קלאָר“ שטאַמען דורכן דײַטשישן klar פֿונעם לאַטײַנישן clarus „העל‟. געדענקט, אַז אויף ייִדיש איז „קלאָר“ אויך טײַטש „ווײַס‟: אין זײַן „לײַטיש מאַמע־לשון“, ז’ 188, ברענגט מרדכי שעכטער אַ גרויסע צאָל ציטאַטן, ווי, אַ שטייגער, בײַ אַהרן צייטלין: „קלאָר לײַב“ — „ווײַסע הויט‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז „קלאָר“ איז אויך טײַטש „מיושבֿ, נישט־משוגע‟, ווי אויך „באַהאַוונט‟ — בײַ שלום־עליכמען געפֿינט מען סײַ „קלאָר ווי אַ ייִד אין אַשרי“, סײַ דאָס קאַטאָוועסדיקע „קלאָר ווי אַ גוי אין אַשרי“.
וועגן די אַלע וויסנשאַפֿטלעכע לײַווערטער פֿון לאַטײַן, וואָס מע געפֿינט זיי איבער גאַנץ אייראָפּע און אויף מאַמע־לשון בתוכם, וועט קומען צו רייד בײַ אַן אַנדער שעת־הכּושר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.