ייִדיש איז רײַך מיט ווערטער, וואָס דעפֿינירן טובערקולאָז: שווינדזוכט, סוכאָטע, טשאַכאָטקע, די גוטע קרענק, די דאָר, די דער, טע־בע, טי־בי, קאָנסאָמשן, און אַזוי ווײַטער. זייער פֿאַרשפּרייט איז געווען די דאָזיקע שרעקלעכע קרענק צווישן ייִדן, וואָס האָט געהאַלטן אין אומברענגען טויזנטער נפֿשות סײַ אין דער „אַלטער היים‟, סײַ אין די לענדער, וווּ עס האָבן זיך באַזעצט ייִדן־אימיגראַנטן, אין די פֿאַראייניקטע שטאַט בתוכם.
מיט 110 יאָר צוריק, דעם 4טן סעפּטעמבער 1904, האָט זיך אין דענווער, קאָלאָראַדאָ, געעפֿנט אַ סאַנאַטאָריע. די אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט געגרינדעט דעם דאָזיקן הייל־אַנשטאַלט, איז געווען די Jewish Consumptives’ Relief Society (JCRS) — הילפֿס־אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישע קראַנקע אויף טובערקולאָז. אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער דאָזיקער אונטערנעמונג איז געווען טשאַרלז ספּיוואַק, אַ דאָקטער און אַ טוער.
טשאַרלז ספּיוואַק (אין דער „אַלטער היים‟ האָט ער געהייסן חיים ספּיוואַקאָפֿסקי) איז געבוירן געוואָרן אין 1861, אין קרעמענטשוג, אוקראַיִנע. אַזוי ווי דער לעגענדאַרער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟ אַב. קאַהאַן, האָט ספּיוואַק געהערט צו דער באַוועגונג „עם־עולם‟, וואָס האָט פֿאַר זיך געשטעלט דעם ציל צו בויען לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָמונעס אין אַמעריקע. ספּיוואַק און קאַהאַן האָבן זיך באַקענט אין יאָר 1882, אויפֿן וועג אין דער „נײַער וועלט‟, און זײַנען פֿאַרבליבן נאָענטע פֿרײַנד ביזן סוף פֿון ספּיוואַקס לעבן אין 1927. אינטערעסאַנט, אַז אין משך פֿון די ערשטע דרײַ יאָר פֿון זייער באַקאַנטשאַפֿט האָט ספּיוואַק אַפֿילו ניט געוווּסט, אַז קאַהאַן האָט געקענט ייִדיש. זיי האָבן דאָך גערעדט צווישן זיך נאָר אויף רוסיש.
ווי אַ סך אַנדערע ייִדישע אימיגראַנטן, האָט ספּיוואַק געאַרבעט און געלערנט ענגליש. לסוף, האָט ער זיך אויסגעלערנט אויף דאָקטער און פֿאַרענדיקט דעם דזשעפֿערסאָן מעדיקאַל קאָלעדזש אין פֿילאַדעלפֿיע. בינו־לבינו, האָט ער באַגעגנט אַ פֿרוי, דזשעני טשאַרסקי, וועלכע איז געווען מיט עלף יאָר ייִנגער פֿון אים, און זיי האָבן חתונה געהאַט. מחמת זײַן ווײַב האָט געהאַט קראַנקע לונגען, האָט ספּיוואַק באַשלאָסן, אַז פֿאַר איר וועט זײַן בעסער צו וווינען אין דענווער, וואָס איז געווען באַרימט מיט זײַן טרוקענעם קלימאַט. דערמיט האָט ער באַשטימט זײַן אייגענעם וועג אין לעבן. מיט ספּיוואַקס נאָמען איז פֿאַרבונדן געוואָרן די געשיכטע פֿון אויפֿבויען אין דענווער אַ צענטער, וווּ מע האָט געהיילט טויזנטער ייִדישע טובערקולאָז־קראַנקע.
צווישן די ענטוזיאַסטן פֿונעם נײַעם הייל־צענטער איז געווען ד״ר אַדאָלף צעדערבוים, וועמענס פֿאָטער, אַלכּסנדר צעדערבוים, האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן געדרוקטן וואָרט: אין יאָר 1862 האָט ער אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן „קול־מבֿשׂר‟, די ערשטע ייִדישע צײַטונג אין דער רוסישער אימפּעריע. די ראָלע פֿון דער דאָזיקער אויסגאַבע אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק איז שווער איבערצושאַצן.
מיט אַ יאָר צוריק איז אין דעם אַקאַדעמישן זשורנאַל Literature and Medicine אַרויס אַן אויסגעצייכנטער אַרטיקל אונטערן טיטל Tubercular Capital: American Yiddish Literature at the Sanatorium. די מחברטע פֿון דעם מאמר איז די יונגע ליטעראַטור־היסטאָריקערין סאַני יודקאָוו (Sunny Yudkoff), וואָס איז איצט די לעקטאָרין פֿון ייִדיש אין דעם שיקאַגער אוניווערסיטעט. איר פֿאָרשונג באַרשײַבט און אַנאַליזירט די ליטעראַרישע און פֿאַרלעגערישע טעטיקייט, וועלכע איז אַנטוויקלט געוואָרן אַרום דעם דענווערער הייל־צענטער.
באַזונדערס אַקטיוו איז געווען דער דיכטער יהואש (יהואש־שלמה בלומגאַרטען). ער האָט אויפֿגעטאָן אַ גרויסע אַרבעט, כּדי שטעלן אויף די פֿיס דעם זשורנאַל „דער סאַנאַטאָריום‟, וואָס איז אַרויס ווי אַ צוויי־שפּראַכיקע — ענגלישע און ייִדישער — צײַטשריפֿט. דער זשורנאַל האָט געדרוקט סײַ נײַע ווערק אין ייִדיש, סײַ ענגלישע איבערזעצונגען. יודקאָווס אַרקטיקל באַקענט אונדז מיטן סימביאָז פֿון ליטעראַטור און צדקה, וואָס איז געווען כאַראַקטעריש פֿאַר דער אַרבעט, וואָס יהואש און אַ סך אַנדערע ייִדישע שרײַבער האָבן געפֿירט לטובֿת דעם דענווערער צענטער.
מיט יאָרן שפּעטער איז דער דיכטער ה. לייוויק אויך געווען איינער פֿון די פּאַציענטן פֿון דעם דענווערער JCRS, און האָט געווידמעט דער אָרגאַניזאַציע אַ ליד:
פֿיר בוכשטאַבן גרויסע אויף קוימען און טויער,
פֿיר גרויסע, פֿיר בוכשטאַבן: דזשיי, סי, אַר, עס. —
אַפּריל־טעג גענעענען. די בוכשטאַבן בליִען
נאָך איידער עס בליט דער טוליפּ און בעז.
אַ גאָלדענע זון גייט אַרויס אין באַגינען,
עס קומט אָן דער פֿרילינג אין פֿריִען וויזיט;
מיר אַלע — מיר טראָגן דאָס שטאַרבן אין זינען,
און קושן מיט ליבשאַפֿט דעם וויזיטאָרס טריט.
דאָס לײַב איז געלײַטערט, דאָס האַרץ איז גערייניקט, —
דאָס ליכטיקסטע ליכט אויפֿן טונקלסטן קאָפּ;
ס‘איז גוט מיט אַ סך׳ען אין פּײַן זײַן פֿאַראייניקט,
און טראָגן די פּײַן, ווי אַ הייליקע גאָב.
אין טויט און אין זון און אין אָנהויב פֿון פֿרילינג,
גיי אויף, און קום אויף, און אין נאָענטקייט קום צו,
אָ, ליד מײַנס, און זײַ ווי אַ זאַלביקע היילונג, —
אָ, וואָרט מײַנס, זײַ גלויבן און כּוח און רו.
אין לעצטע מינוטן די אויגן אַלץ זעען,
בײַם גוסס צוקאָפּנס — דאָס אייביקע „יע‟;
מײַן האַרץ, ווי אַ מילגרוים, איז פֿול מיט אַדיע׳ען,
און אָט בליט אויף ביימער אַ נײַער אַדיע
פֿאַר מיר זײַנען שוועלן — פֿאַרציטערטע סטרונעס,
פֿאַר מיר איז אַ שטויב פֿון אַ פֿענצטער — אַ נס;
איך נעם־מיט דעם חסד פֿון פֿרילינג און טרונעס, —
אַדיע, טיר און טויערן פֿון דזשיי, סי, אַר, עס…
דענווער איז ניט געווען דאָס איינציקע אָרט, וווּ טובערקולאָז־קראַנקע האָבן געזוכט אַ רעטונג פֿונעם חלאַת. דעם 21סטן אָקטאָבער 1913 האָט דער „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קורצן אַרטיקל פֿון דעם דיכטער מאָריס ראָזענפֿעלד, וועלכער האָט געשריבן וועגן זײַן קאָלעגע יהואש:
„אונדזער דיכטער, אונדזער טײַערער און באַליבטער יהואש איז קראַנק, ערנסט קראַנק. דער שיקזאַל פֿאַרגינט אונדז ניט דעם נאָבעלן פֿאַרגעניגן צו האָבן אונדזער באַגײַסטערטן פֿרײַנד מיט אונדז אין ניו־יאָרק, זיך צו וואַרעמען אין דער גײַסטיקער זון פֿון זײַן געווינטשטער געזעלשאַפֿט.
דער כאַראַקטער פֿון זײַן קראַנקהייט איז אַזאַ, אַז ער מוז פֿאַרברענגען אין אַ מילדערן קלימאַט, און דער כאַראַקטער פֿון זײַנע פֿינאַנסן איז אַזאַ, אַז ער מוז זײַן אין אַ לאַנד, וווּ דער אַמעריקאַנער דאָלאַר זאָל האָבן מער ממשות ווי בײַ אונדז אין אַמעריקע. איבערהויפּט קען דער דיכטער איצט ניט פֿיל פּראָדוצירן.
ספּעציאַליסטן און פֿרײַנד פֿון קראַנקן פּאָעט האָבן דאַרום באַשלאָסן, אַז ער זאָל ווי צום גיכסטן אָפּפֿאָרן מיט זײַן פֿאַמיליע נאָך פּאַלעסטינע.‟
יהואש, לייוויק, ווי אויך שלום־עליכם און אַ צאָל אַנדערע שרײַבער זײַנען העלדן פֿון סאַני יודקאָווס דאָקטאָר־דיסערטאַציע. איך האָף, אַז אין אַ צײַט אַרום וועלן מיר לייענען אַ בוך, באַזירט אויף אָט דער אָריגינעלער פֿאָרשונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.