שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אין דער „ניו־יאָרק פּאָסט‟ וואָלט מען אָפּגעדרוקט אַ סעריע אַרטיקלען וועגן דעם פּאָליטישן מצבֿ אין לאַנד — אויף ייִדיש.
ס׳קלינגט אפֿשר ווי אַ באָבע־מעשׂה, אָבער פּונקט אַזאַ זאַך איז דעם חודש פֿאָרגעקומען אין שוועדן. צווישן דעם 2טן און דעם 16טן סעפּטעמבער — די לעצטע צוויי וואָכן פֿאַר די נאַציאָנאַלע וואַלן — האָט די גרעסטע טאָג־צײַטונג פֿון דרום־שוועדן, Sydsvenska Dagbladet, אָפּגעדרוקט אויף איר וועבזײַט פֿינף סאַטירישע אַרטיקלען וועגן דער וואַל־קאַמפּאַניע, אין אַ ריינעם, פֿאָלקסטימלעכן ייִדיש.
דער מחבר פֿון די אַרטיקלען, ד״ר סאַלאָמאָן (שלמה) שולמאַן, איז אַ קינדער־פּסיכיאַטער אין לונד, וועלכער האָט שטאַרק ליב ייִדיש און האָט גערן אָנגענומען די אַרבעט, ווען די רעדאַקציע פֿון Sydsvenska האָט אים פֿאַרבעטן אָנצושרײַבן זײַנע קאָמענטאַרן וועגן די וואַלן, אויף ייִדיש.
„זיי קענען מיך שוין, ווײַל איך פֿלעג שרײַבן פֿאַר זיי אויף שוועדיש וועגן ליטעראַטור, מעדיצין און ייִדישע ענינים,‟ האָט סאַלאָמאָן דערקלערט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „דאָס איז אָבער געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך שרײַב קאָמענטאַרן וועגן פּאָליטיק.‟
כאָטש סאַלאָמאָנס פּרנסה איז ווי אַ פּסיכיאַטאָר, גיט ער אויך אָפּ אַ סך צײַט לטובֿת ייִדיש. ער פֿירט אָן מיט אַ ייִדיש־לייענקרײַז אין לונד, און האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש אַ בוך פֿון דער באַקאַנטער מחברין, ראָזע לאַגערקראַנץ, מיטן נאָמען „פֿאַרבלאָנדזשעטע בריוו‟.
נו, ווי איז עס אים געפֿעלן געוואָרן צו שרײַבן וועגן פּאָליטיק? „פֿאַר מיר איז עס געווען הערלעך!‟ האָט ער געזאָגט. „כ׳האָב עס געפּרוּווט טאָן אויף אַ ייִדישן אופֿן — סײַ ערנסט, סײַ מאַכן אַ ביסל חוזק פֿון דער סיטואַציע. און אויף אַן אמת, איז עס געגאַנגען ווי פֿון זיך אַליין!‟
הגם מע האָט געמאַכט אַ ביסל פּירסום וועגן די אַרטיקלען, דורך „פֿייסבוק‟ און דורך דער ייִדישער קהילה אין מאַלמע, וואָס האָט אַרויסגעשיקט אַ בליצבריוו צו אירע מיטגלידער וועגן דעם, האָבן ווייניק ייִדן געוווּסט וועגן די אַרטיקלען, אָדער זיי געלייענט. אָבער באַרבראָ פּאָסנער, אַ ייִדישע כּלל־טוערין אין מאַלמע, האָט געזאָגט, אַז די מענטשן וואָס האָבן עס יאָ געלייענט, האָבן הנאה געהאַט.
„איך מיין, ס‘איז זייער שיין, וואָס די צײַטונג האָט אָפּגעדרוקט די אַרטיקלען,‟ האָט געזאָגט פּאָלאַ גראָסמאַן, אַ לערערין אין שטאָקהאָלם, וועלכע האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק געהאָלפֿן צונויפֿצושטעלן אַן אילוסטרירט שוועדיש־ייִדיש ווערטערביכל אויף דער אינטערנעץ. „כ’ווייס נישט פֿאַר וואָס די צײַטונג האָט באַשלאָסן עס אָפּצודרוקן, אָבער אפֿשר איז עס געווען אַ זשעסט אַרויסצוּווײַזן סאָלידאַריטעט מיט די ייִדן, בעת עס וואַקסט דער אַנטיסעמיטיזם אין מאַלמע.‟
שוין אַ לענגערע צײַט, וואָס עס קומען פֿאָר אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין מאַלמע, צום גרעסטן טייל — דורך די מוסולמענישע אימיגראַנטן. דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי, למשל, האָבן כוליגאַנעס געוואָרפֿן אַ פֿלאַש אויפֿן רבֿ פֿון דער מאַלמער שיל, וואָס האָט, צום גליק, אין אים נישט געטראָפֿן.
ייִדיש איז, אַגבֿ, נישט די איינציקע שפּראַך, וואָס האָט באַקומען אַן עליה אין דער Sydsvenska דעם חודש. די רעדאַקציע האָט אויך אָפּגעדרוקט אַרטיקלען וועגן די וואַלן אויף נײַן אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט אַראַביש, פּערסיש, טײַלענדיש, פּויליש, מאַנדאַרין און סאָמאַלי.
די רעדאַקטאָרן האָבן איבערגעגעבן סאַלאָמאָן, אַז ער איז פֿרײַ אויסצודריקן זײַן מיינונג, אָבער ער מוז פֿאָלגן געוויסע תּקנות. ער דאַרף יעדן אַרטיקל, צו ערשט, איבערזעצן אויף שוועדיש פֿאַרן שעף־רעדאַקטאָר, כּדי יענער זאָל וויסן וואָס ער שרײַבט. צווייטנס, דאַרף ער אַרײַנגעבן נישט מער און נישט ווייניקער ווי פֿינף אַרטיקלען: פֿיר — פֿאַר די וואַלן, און איינעם — גלײַך נאָך דעם, וואָס זאָל אונטערציִען אַ סך־הכּל פֿון די וואַל־רעזולטאַטן. ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, ער מוז עס שרײַבן מיט לאַטײַנישע אותיות, ווײַל ווער אין שוועדן קען דען דעם אַלף־בית?
דער אמת איז — נישט בלויז די שוועדן קענען נישט דעם אַלף־בית, זאָגט סאַלאָמאָן. „די ייִדן, וועלכע האָבן טאַקע גוט געקענט לייענען און שרײַבן ייִדיש זענען שוין אויף יענער וועלט,‟ האָט ער געזאָגט מיט אַ זיפֿץ. „מײַן גענעראַציע, בדרל־כּלל, האָט נישט קיין פֿאַרבינדונג מיט ייִדישקייט, במילא אויך נישט מיטן געשריבענעם ייִדיש.‟
די אַרטיקלען זענען קורץ, דורכשניטלעך 325 ווערטער, אָבער האָבן אַ ייִדישן חן. אינעם שטיקל, „קאַווע איז די בעסטע מעדיצין‟, למשל, שרײַבט סאַלאָמאָן ווי אַזוי גאָרען העגלונד (Gorän Hägglund), דער פֿירער פֿון די „קריסטלעכע דעמאָקראַטן‟ (אַ מעסיק־רעכטע פּאַרטיי, וואָס איז פּראָ־געשעפֿטלעך, אָבער האָט אויך געשטעלט פֿאַר אַ ציל צו העכערן דעם לעבנס־סטאַנדאַרט פֿון די עלטערע לײַט), זאָגט צו די עלטערע וויילער גאָלדענע גליקן:
די וואַלן קומען נענטער און נענטער. פּלוצלינג ווילן אַלע פּאָליטיקער שענקען די אָרעמע לײַט פּרעכטיקע מתּנות. די ביליאָנען וועלכע זײַנען נישט געווען פֿאַראַן ביז איצט, ציִען זיי ברייטהאַרציק אַרויס פֿון די קעשענעס. זונטיק דעם 14טן סעפּטעמבער וועט זיך אַנטפּלעקן ווי אַ נײַער ניטל. די פּענסיאָנערן האָט מען צוגעזאָגט קופּעס פֿון געלט. דערפֿאַר וועלן מיר קענען זען די אַלטע מענטשן אומעטום, זוכנדיק זייערע אויסגעבענקטע מציאות. אין די קאַפֿעטעריעס וועלן זיי זיצן און טרינקען אָקעאַנען פֿון קאַווע.
די נײַע גבֿירים וועלן נישט ליגן אין שפּיטאָל. זיי דאַרפֿן דאָס פּשוט נישט. דער קריסט־דעמאָקראַט גאָרען העגלונד (Gorän Hägglund) האָט זיי צוגעזאָגט, אַז ער וועט שטיצן די קראַנקע אָן אַ שִיעור. אפֿשר מיינט ער, אַז קאַווע וועט קענען ווערן זייער מעדיצין? שטופּ אַ פּאָר גראָשן אַרײַן אין אַ קבצנס האַנט, און ער וועט באַלד ווערן געזונט. ווײַל מען האָט באַוויזן, אַז די וועלכע האָבן א סך באַקאַנטע און פֿרײַנד ווערן זעלטן קראַנק…
די וואַלן זענען פֿאָרגעקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, און געוווּנען האָט זיי סטעפֿאַן לאָפֿווען פֿון דער לינק־געשטימטער פּאַרטיי, „סאָציאַל דעמאָקראַטן‟. אָבער צוליב דעם וואָס ער האָט נישט אָנגענוען קיין מאַיאָריטעט אין פּאַרלאַמענט, וועט ער דאַרפֿן צונויפֿשטעלן אַ קאָאַליציע.
די גרויסע איבערראַשונג איז אָבער געווען די פּאָפּולאַריטעט פֿון די „שוועדן־דעמאָקראַטן‟, אַן עקסטרעם־רעכטע פּאַרטיי. „זיי זענען פּאָפּוליסטן, רעכטע, קעגן דער מוסולמענישער אײַנוואַנדירונג, און כּמעט ראַסיסטיש,‟ האָט שולמאַן באַמערקט.
אָבער נישט געקוקט אויפֿן „ראַסיזם‟ פֿון די שוועדן־דעמאָקראַטן, זענען זיי דווקא געווען די איינציקע שוועדישע פּאַרטיי, וואָס איז פֿאַרבליבן פּראָ־ישׂראל בעת דער מלחמה אין עזה דעם זומער — אַ פֿאַקט, וואָס האָט זיכער צוגעצויגן ייִדישע שטימען.
„די סאָציאַל־דעמאָקראַטן האָבן פֿאַרראַטן די ייִדן, זענען די אַלטע בונדיסטן דאָ במילא אַוועק פֿון זיי,‟ האָט ער באַמערקט.
און פֿאַר וועמען האָט שולמאַן געשטימט? „איך בין אַ לינקער, אָבער איך שטים נישט,‟ האָט ער געענטפֿערט. „הײַנט איז נישטאָ מער קיין אידעאָלאָגיע, אַלע פּאַרטייען זענען געוואָרן פּאָפּוליסטיש אויף זייער אופֿן.‟
הגם שולמאַן איז פּעסימיסטיש־געשטימט וועגן דער צוקונפֿט פֿון שוועדן, און בפֿרט וועגן די אַנטיסעמיטישע עלעמענטן, וועט ער נישט עמיגרירן. „כ׳וועל נישט אַוועק פֿון שוועדן, ווײַל מײַן גאַנץ לעבן איז דאָ,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.