נישט לאַנג צוריק, ווען אין דער פּרעסע האָבן זיך פֿאַרשפּרייט די באַהאַנדלונגען וועגן דער שאָטלענדישן אומאָפּהענגיקייט־רעפֿערענדום, האָט עמעצער בײַ מיר געפֿרעגט, צי איך ווייס וועגן דעם שאָטלענדישן ייִדיש. פֿאַר מיר איז דאָס געווען אַ חידוש. מײַן מיטשמועסער האָט דערקלערט, אַז אַ גאַנצער קאַפּיטל איז געווידמעט דער דאָזיקער טעמע אינעם אויטאָביאָגראַפֿישן בוך פֿון דוד דײַטשעס, אַ באַקאַנטער ענגלישער ליטעראַטור־קריטיקער און אַ היסטאָריקער, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן אין עדינבורג. זײַן טאַטע, אַ באַקאַנטער רבֿ, האָט פֿאַקטיש אָנגעפֿירט מיט דער אָרטיקער קליינער ייִדישער קהילה.
דײַטשעס דערציילט, אַז אין די 1920ער יאָרן, ווען ער איז געווען אַ קינד, האָבן אין עדינבורג געוווינט בערך 400 ייִדישע משפּחות. אין דער שטאָט האָט געהערשט אַ טאָלעראַנטע אַטמאָספֿער, אין וועלכער ייִדן האָבן זיך באַקוועם געפֿילט. אין אַ גרויסער מאָס, איז די קהילה באַשטאַנען פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן. דער מחבר דערציילט טאַקע וועגן דעם „שאָטלענדישן ייִדיש‟ און שילדערט עס ווי „איינער פֿון די וווּנדערלעכסטע דיאַלעקטן אין דער מענטשלעכער געשיכטע‟.
ווען איך האָב איבערגעלייענט די באַשרײַבונג פֿונעם דאָזיקן אַזוי־גערופֿענעם „דיאַלעקט‟ אינעם דערמאָנטן בוך, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דײַטשעס האָט געמיינט פּשוט דעם עדינבורגער אומגענגלעכן שאָטלענדיש (Scots), וואָס אינעם מויל פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן איז געווען אויסגעשפּרענקלט מיט ייִדישע ווערטער.
דאָס וואָרט „שאָטלענדיש‟ האָט צוויי באַדײַטן: די אוראַלטע קעלטישע שפּראַך פֿון די שאָטלענדער, און די אַנגלאָ־שאָטלענדישע שפּראַך, וואָס ווערט צומאָל באַטראַכט ווי אַ דיאַלעקט פֿון ענגליש. דאָ גייט אַ רייד וועגן אַ „ייִדישן שאָטלענדיש‟ אינעם צווייטן זין. בעצם, איז עס געווען אַזאַ מין רעדעניש, ווי דער ניו־יאָרקער ענגליש פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן אינעם זעלבן פּעריאָד.
פֿונדעסטוועגן, קלינגט דאָס געמיש פֿון ייִדיש און שאָטלענדיש גאַנץ חידושדיק. „יע׳ל היי ע דראַפּ אָ׳בראַמפֿן, יע קען: נעם אַ שמעק פֿון דזאָן בעק‟ איז דער טײַטש „דו׳סט האָבן אַ טראָפּן בראָנפֿן. דו קענסט: נעם אַ שמעק פֿון דזשאָן בעק‟. אַזוי האָט זיך אויסגעדריקט איינער פֿון די מתפּללים אין דער עדינבורגער שיל, איידער דײַטשעס האָט געפּראַוועט זײַן בר־מיצווה. די פֿראַזע „נעם אַ שמעק‟ איז אין דעם פֿאַל אַ פּאַראָדיע אויף דער רעקלאַמע־לאָזונג „Take a peg of John Begg‟.
דײַטשעס דערציילט מיט אַ גרויסער לײַדנשאַפֿט וועגן דעם קאָלאָריט פֿון די אַמאָליקע ייִדישע גאַסן־הענדלער, וועלכע פֿלעגט זיך באַנוצן מיט אַזאַ לשון. ער גיט צו, אַז פֿאַר די שאָטלענדער האָט ייִדיש, מעגלעך, געקלונגען מער נאַטירלעך, ווי פֿאַר די ענגלענדער, ווײַל אין שאָטלאַנד זענען אָפּגעהיט געוואָרן געוויסע גערמאַנישע קלאַנגען און ווערטער, וואָס זענען אינעם הײַנטיקן ליטעראַרישן ענגליש נישט בנימצא. למשל, די פֿראַזע „mair licht‟ קלינגט פּונקט אַזוי ווי „מער ליכט‟ אויף ייִדיש, און מיינט דאָס זעלבע.
אין דער אמתן, איז שווער צו גלייבן אין דער דאָזיקער השערה. למשל, לאָמיר זאָגן, אַז אַ סך ענגלישע ווערטער שטאַמען פֿון פֿראַנצויזיש. ס׳איז טאַקע אמת, אָבער דאָס מיינט נישט, אַז פֿראַנצויזיש איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַן ענגליש־רעדער. אַזוי צי אַזוי, רעדט קיינער נישט מער אויפֿן טשיקאַוון ייִדיש־שאָטלענדישן געמיש אויף די גאַסן פֿון עדינבורג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.