אַ נײַע מעטאָדיק צו רעכענען שׂכר־לימוד

A New Way to Charge Tuition


פֿון שרה זילבערמאַן

Published September 22, 2014, issue of October 10, 2014.

עס וווינען העכער פֿופֿציק טויזנט ייִדן אין דער שטאָט מעלבורן, און די מערהייט פֿון זייערע קינדער באַזוכן ייִדישע טאָגשולן. צוויי טאָגשולן זײַנען וועלטלעכע — דער „שלום־עליכם קאָלעדזש‟ (וואָס זײַנע גרינדער האָבן אים באַזירט אויפֿן סמך פֿון די ציש”אָ־שולן אין צווישן־מלחמהדיקן פּוילן) און דער „ביאַליק־קאָלעדזש‟ (וואָס זײַנע גרינדער האָבן אים באַזירט אויף די „תּרבות‟־שולן אין צווישן־מלחמהדיקן פּוילן). די „דוד־המלך‟־שול געהערט צו דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, און דער „ליבלער־יבֿנה קאָלעדזש‟ געהערט צו דער מיזרחי־באַוועגונג. דער „הר־הצופֿים־קאָלעדזש‟ איז מאָדערן־אָרטאָדאָקסיש געשטימט, און בײַם חב”ד האָט מען אײַנגעפֿירט דעם „ישיבֿה־קאָלעדזש‟ פֿאַר ייִנגלעך און דעם „בית־רבֿקה קאָלעדזש‟ פֿאַר מיידלעך. דערצו געפֿינען זיך דרײַ חרדישע טאָגשולן אין מעלבורן. מיט אַזאַ ברייטן אויסוואַל קען מען פֿאַרשטיין, אַז ייִדישע עלטערן קענען אויסקלײַבן אַ טאָגשול נישט נאָר קוקנדיק אויף באַקוועמלעכקייט, נאָר אויך לויט דער אידעאָלאָגיע פֿון דער טאָגשול. לעצטנס, אָבער, איז געפֿאַלן דער פּראָצענט ייִדישע משפּחות, וועלכע פֿאַרשרײַבן זייערע קינדער אין ייִדישע טאָגשולן. פֿיל משפּחות זאָגן, אַז שולדיק אין דעם איז דער הויכער קאָסט פֿון שׂכר־לימוד.

די וואָך האָבן די „ישיבֿה‟ און „בית־רבֿקה‟ קאָלעדזשעס געמאָלדן אין דער וואָכנשריפֿט „די ייִדישע נײַעס”, אַז זיי הייבן אָן צו רעכענען שׂכר־לימוד לויט אַ נײַער סיסטעם. ביז אַהער האָט מען גערעכנט שׂכר־לימוד לויטן קלאַס פֿון יעדן קינד אין דער משפּחה באַזונדער, מיט הנחות פֿאַר די משפּחות, וועלכע נייטיקן זיך אין זיי. די נײַע סיסטעם וועט נעמען אין באַטראַכט די פֿינאַנציעלע מעגלעכקייטן פֿון יעדער משפּחה בײַם רעכענען שׂכר־לימוד.

לויט די חב”ד־טאָגשולן, וועלן זיי נעמען אין באַטראַכט דעם געהאַלט פֿון די עלטערן, ווי אויך דאָס פֿאַרמעגן פֿון די עלטערן בײַם רעכענען שׂכר־לימוד פֿאַר יעדער משפּחה, נישט נעמענדיק אין באַטראַכט וויפֿל קינדער פֿון דער משפּחה לערנען זיך אין דער טאָגשול. די חב”ד־טאָגשולן זאָגן צו, אַז זיי וועלן נישט העכערן דעם קאָסט פֿונעם שׂכר־לימוד נאָך זעקס יאָר. גרויסע פֿאַרדינער וועלן באַצאָלן שׂכר־לימוד ביז אַכצן פּראָצענט פֿון זייערע געהאַלטן צו די טאָגשולן, און די קלענערע פֿאַרדינער וועלן באַצאָלן שׂכר־לימוד ביז אַכט פּראָצענט פֿון זייערע געהאַלטן. די סיסטעם גילט פֿאַר די משפּחות, וועלכע פֿאַרדינען ביז דרײַ הונדערט פֿופֿציק טויזנט אויסטראַלישע דאָלאַרן אַ יאָר. אַזוי, זאָגן „ישיבֿה‟ און „בית־רבֿקה‟, ווערט יעדעס ייִדיש קינד פֿאַרזיכערט מיט אַ ייִדישער דערציִונג.

די פֿאַרוואַלטער פֿון אַנדערע מעלבורנער ייִדישע טאָגשולן האָבן רעאַגירט אויף חב”דס נײַער סיסטעם זאָגנדיק, אַז אַלע ייִדישע טאָגשולן האַלטן, אַז יעדעס ייִדיש קינד איז באַרעכטיקט אויף אַ ייִדישער דערציִונג, נישט קוקנדיק אויף די פֿינאַנציעלע מעגלעכקייטן פֿון זײַנע עלטערן.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.