מער ווי 100 ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך באַטייליקט אין דער גרעסטער דעמאָנסטראַציע וועגן דער קלימאַט־ענדערונג אין דער געשיכטע פֿון דער באַוועגונג.
לויט די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן בערך 310,000 מענטשן זיך באַטייליקט אינעם „קלימאַט־פֿאָלקסמאַרש‟ זונטיק, דעם 21סטן סעפּטעמבער, אין ניו־יאָרק, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם פֿאָסילן־ברענשטאָף, וואָס האָט גורם געווען דעם שטײַגנדיקן ניוואָ פֿון די ים־וואַסערן. די דעמאָנסטראַנטן האָבן געפֿאָדערט אַקציעס בײַ די וועלטפֿירער, וועלכע טרעפֿן זיך די וואָך אויף אַ שפּיצן־קאָנפֿערענץ וועגן דער קלימאַט־ענדערונג בײַ דער „יו־ען‟.
פֿאַרן מאַרש, רעדנדיק צו אַ יונגן עולם, האָט דער ישׂראלדיקער אונטערנעמער פֿון זון־ענערגיע, יוסף אַבראָמאָוויץ, באַצייכנט די מאַניפֿעסטאַציע ווי „אַ היסטאָרישער ווענדפּונקט‟, און זיך פֿאַררופֿן אויף די קומעדיקע ימים־נוראים.
„ווער וועט לעבן און ווער וועט שטאַרבן?‟ — האָט ער ציטירט די „ונתנה־תּוקף‟ תּפֿילה, וואָס ווערט געזאָגט ראש־השנה און יום־כּיפּור. „דאָס איז נישט בלויז אַ טעאָרעטישע זאַך. די טייטלעכע שטורעמס און טריקענישן איבער דער וועלט וועלן נאָך ערגער ווערן צוליב די ענדערונגען אינעם קלימאַט. דער עיקר איז, וואָס וועלן מיר טאָן צוליב דעם?‟
בעת אַ צווישן־רעליגיעזן קאָנצערט, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿאַרן מאַרש, האָט מען געבלאָזט שופֿר, און בעת דעם מאַרש האָבן זיך באַוויזן אַ צאָל טראַנספּאַראַנטן פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט איינער אויף ייִדיש, „היט אונדזער פּלאַנעט‟, געבראַכט פֿונעם לינק־געשטימטן זשורנאַל Jewish Currents.
בעתן קאָנצערט האָט ראַבינער אַרטור וואַסקאָ, פֿונעם פּראָגרעסיוון „שלום־צענטער‟, באַגריסט דעם עולם, און דער זינגער־דועט נשמה קאַרלעבאַך און דזשאָש נעלסאָן האָבן געזונגען אַ ליד.
לעבן דער בינע זענען געשטאַנען באַקאַנטע רעליגיעזע פֿירער און אַקטיוויסטן אויף אַ מוסטער פֿון „נחס טבֿע‟. צווישן זיי: דער פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן ראַט פֿון מלוכישע ענינים‟ — ראַבינער סטיוו גוטאָ; דער Forward־שרײַבער און אַקטיוויסט לטובֿת ייִדישע האָמאָסעקסואַלן — דזשיי מײַקלסאָן, און דער דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער סבֿיבֿה־פֿאַרהיטונג אָרגאַניזאַציע „חזון‟ — נײַדזשל סאַוועדזש.
אינעם מאַרש האָבן זיך אויך באַטייליקט אַ גרויסע צאָל פּאָליטיקער און באַרימטע פּערזענלעכקייטן, אַרײַנגערעכנט דעם גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען‟, באַן קי־מון, און דער אַקטיאָר לעאָנאַרדאָ דיקאַפּריאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.