דעם 11טן סעפּטעמבער, ווען אין אַמעריקע האָט מען אָפּגעמערקט דעם יאָרטאָג פֿונעם טעראָר־אָנפֿאַלן אויף די צווילינג־טורעמס, איז אין אַמסטערדאַם אַרעסטירט געוואָרן הרבֿ אליעזר בערלאַנד, דער חסידישער ראָש־ישיבֿה פֿון ירושלים, וועלכער האָט זיך במשך פֿון כּמעט צוויי יאָר אויסבאַהאַלטן אין איטאַליע, מאַראָקאָ, זימבאַבווע, דרום־אַפֿריקע און אַ צאָל אַנדערע לענדער, צוליב באַשולדיקונגען אין צווייפֿלהאַפֿטיקע סעקסועלע מעשׂים מיט אַ צאָל פֿרויען. אויפֿן צווייטן טאָג האָט די האָלענדישע פּאָליציי אַרויסגעלאָזט דעם 77־יאָריקן רבֿ אויף קויציע פֿאַר 50 טויזנט אייראָ. בערלאַנד האָט דערקלערט, אַז ער קלײַבט זיך צו בלײַבן אין האָלאַנד.
מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָב איך שוין דערציילט אונדזערע לייענער וועגן דעם דאָזיקן פּאַרשוין. פֿאַרוואָס דערמאָנט איך אים ווידער?
הגם אין אַ סך ליובאַוויטשער און בראַצלעווער (ברעסלאָווער) קהילות האָבן די בעל־תּשובֿות „איבערגעכאַפּט די לייצעס‟, ווערן זיי באַטראַכט אין ס׳רובֿ אַנדערע חסידישע גרופּעס ווי אַ מאַרגינאַלער עלעמענט. אויף די ייִדישע סאָציאַלע וועבזײַטן, בפֿרט אין שײַכות צו שידוכים, זענען פּאָפּולער די ענגלישע ראָשי־תּיבֿות FFB און BT, וואָס איז דער טײַטש „פֿרומע פֿון געבורט‟ און „בעל־תּשובֿות‟. אַ סך פֿרומע מענטשן טראַכטן, אַז די בעל־תּשובֿות, בפֿרט אויב זיי שטאַמען פֿון געמישטע משפּחות, געהערן צו אַ צווייט־קלאַסיקער „קאַסטע‟.
צווישן די בעל־תּשובֿות טרעפֿן זיך פּרינציפּיעלע ייִדישיסטן און אַקטיווע ייִדיש־רעדער — אַ צעשויבערטע און צעקריגטע חבֿרה פֿון מאַרגינאַלן־שבמאַרגינאַלן. אַ טייל פֿון זיי נעמען אָן אַלע תּקנות פֿון אַזעלכע גרויסע גרופּעס, ווי די סאַטמאַרער אָדער וויזשניצער חסידים, און באַהאַלטן אויס זייער „אומריינע‟ ביאָגראַפֿיע. אַזאַ צוגאַנג שמעקט אָבער מיט צבֿיעות. אַ טייל אַנדערע בלײַבן אומאָפּהענגיקע פֿרײַנד פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע „היימישע‟ חסידים, אָבער ווילן זיך נישט אַרײַנפּאַסן אין קיין קאָנקרעטע גרופּעס. און אַ מערקווירדיקע צאָל פּאַסן זיך יאָ אַרײַן אין אַזעלכע קליינע באַוועגונגען, וואָס באַשטייען אין אַ גרויסער מאָס פֿון בעל־תּשובֿות, ווי נטורי־קרתּא און „לבֿ־טהור‟.
ווי געזאָגט, איז ליובאַוויטש אַ וואַרעמער מקום־מיקלט פֿאַר כּלערליי ייִדן — אָבער נישט קיין אידעאַל פֿאַר די ייִדישיסטן. מיט אַ וואָך צוריק, איז דער מחבר פֿון די שורות געפֿאָרן קיין קראָון־הײַטס, כּדי צו קויפֿן אַ ליובאַוויטשער ווערסיע פֿונעם פֿרויען־סידור „קרבן־מנחה‟ מיט עבֿרי־טײַטש ווי אַ מתּנה אויפֿן געבוירן־טאָג פֿון אַ באַקאַנטער. אין איינער פֿון די ביכער־קראָמען האָט דער בעל־הבית, זײַענדיק אַליין אַ ייִדיש־רעדנדיקער ייִד פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, געענטפֿערט מיט אַ סאַרקאַסטישן טאָן, אַז קיינער דאַרף נישט הײַנט אַזאַ סחורה: „ווער קען הײַנט ייִדיש?‟.
נישט איין מאָל, ווען איך האָב דערציילט די ליובאַוויטשער חבֿרים, אַרײַנגערעכנט דעם מאַן פֿון יענער באַקאַנטער, וועגן מײַנע אַרטיקלען אינעם „פֿאָרווערטס‟, האָבן זיי געבעטן איבערצוזעצן די אַרטיקלען אויף „אַ מענטשלעכער שפּראַך‟. ייִדיש איז פֿאַר זיי טײַער ווי דאָס הייליקע לשון פֿונעם רבין, אָבער פּראַקטיש האָט עס ווייניק ווערט. פֿונדעסטוועגן, וואַקסט אין קראָון־הײַטס אַ קליינער קרײַזל בעל־תּשובֿות, וואָס אינטערעסירן זיך בפֿירוש מיט ייִדיש און קויפֿן ייִדישע ביכלעך — על־פּי־רובֿ סאַטמאַרער צי אַנדערע „היימישע‟ — פֿאַר זייערע קינדער.
בערלאַנד איז באַקאַנט ווי אַ העלד פֿון „כּמו־היימישע‟ חסידישע בעל־תּשובֿות, הגם ער אַליין, זײַענדיק אויך אַ נײַקומער צום ברעסלאָווער חסידות, דרשנט אויף העברעיִש און באַנוצט זיך מיט דער מאָדערנער העברעיִשער הבֿרה. צווישן אַ סך יונגע רוסישע שטרײַמל־טרעגער, אַרײַנגערעכנט מײַנע ייִדיש־תּלמידים, האָט דער דאָזיקער ראָש־ישיבֿה נאָך אַלץ אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ צדיק־יסוד־עולם. צום באַדויערן, גיט דער סקאַנדאַל אַרום אים צו אַ נײַעם טראָפּן צו דער מאַרגינאַלער רעפּוטאַציע פֿון די בעל־תּשובֿות, ווי אַ פֿינפֿטע קאָלאָנע צווישן די פֿרומע. ס׳איז מערקווירדיק אָבער, אַז אַלע מײַנע רוסיש־רעדנדיקע פֿרומע חבֿרים האָבן אויפֿגענומען דעם סקאַנדאַל נישט ווי אַ קלאַפּ, נאָר ווי אַ קאָמישע מעשׂה.
אַ טייל האָבן באַמערקט, אַז דאָס איז אַ טשיקאַווע אילוסטראַציע צום פּסוק „אין צדיק באָרץ, אשר יעשה טובֿ ולא יחטא‟ — אַפֿילו אַ צדיק קאָן אַמאָל זינדיקן. אַ פּאָר אַנדערע האָבן זיך משער געווען, האַלב ווי אַ שפּאַס, אַז אַ גרויסער מענטש פֿון אַזאַ משיחישן קאַליבער מעג זיך פֿאַרנעמען מיט אַ ייִדישער ווערסיע פֿון דער אינדישער טאַנטרע; אַ טייל ווײַט־מיזרחדיקע גורוס באַטראַכטן סעקס ווי אַ מיטל פֿאַר הויכע השׂגות.
למעשׂה, זעט בערלאַנד אויס ווי אַ פּסיכיש קראַנקער מענטש מיט משיחישע אַמביציעס. מסתּמא, מיינט ער, אַז ווי אַ נײַער ייִדישער מלך מעג ער אויסקלײַבן אַן אייגענע „בת־שבֿע‟ אָדער אויפֿשטעלן אַזאַ האַרעם, ווי בײַ שלמה־המלך.
להיפּוך, האָבן מײַנע באַקאַנטע „געבוירענע‟ חסידים רעאַגירט אויפֿן אַרעסט פֿונעם מישטיינס־געזאָגטן משיח אָן קיין שום הומאָר. איינער, אַן ערנסטער תּלמיד־חכם, איז געוואָרן ממש אין כּעס, אַז איך דערוועגט זיך צו וויצלען אויף אַזאַ טעמע. ער האָט צוגעגעבן, אַז סײַ־ווי־סײַ גלייבט ער נישט, אַז בערלאַנד איז שולדיק. אַ צאָל אַנדערע האָבן געענטפֿערט, אַז בערלאַנדס אויפֿפֿירעכץ איז אַ סימן פֿון דעם, אַז די בעל־תּשובֿות ברענגען אַרײַן שמוץ און משוגעתן אין דער פֿרומער וועלט. נאָך איינער האָט דערמאָנט דעם מאמר־חז״ל, אַז אויב עמעצער האָט געזען, ווי אַ תּלמיד־חכם זינדיקט בײַנאַכט, מוז מען גלייבן, אַז דעם צווייטן טאָג האָט ער שוין תּשובֿה געטאָן, דערפֿאַר טאָר מען נישט וויצלען וועגן אַזאַ חשובֿן רבֿ און די „גויים־רשעים‟ האָבן נישט געטאָרט אַזאַ גדול־בישׂראל צו אַרעסטירן. פֿאַרקערט, האָבן אַ צאָל אַנדערע געפּסקנט, אַז אַזאַ ראָש־ישיבֿה מוז מען אײַנזעצן אויף אַ גאַנץ לעבן אין טורמע, אַרײַנלייגן אין חרם, „אויסרײַסן פֿון כּלל־ישׂראל‟.
דער פֿרײַ־דענקערישער גײַסט און די פֿעיִקייט זיך צו ווילצען אויף וועלכע־ניט־איז טעמעס איז איינער פֿון די וויכטיקע אונטערשיידן צווישן דעם בעל־תּשובֿישן און פֿרום־געבוירענעם עולם. ווען מע זוכט דעם נאָמען פֿון הרבֿ בערלאַנד אויף רוסיש אינעם „גוגל‟, קומט אַרויס אויב־אָן שאול רעזניקס אַרטיקל אינעם פּאָפּולערן מאָסקווער ליובאַוויטשער זשורנאַל „לחיים‟. דער אַרטיקל, באַטיטלט „סעקס אין אַ גרויסער שטאָט‟, איז פֿאַרעפֿנטלעכט מיט אַ יאָר צוריק, ווען בערלאַנד האָט שוין געפּראַוועט גלות אַרום דער וועלט. דער מחבר מאַכט חוזק און פֿאַרגלײַכט דעם ראָש־ישיבֿה מיט שבתי־צבֿי. דער טאָן פֿונעם אַרטיקל איז אָבער אַ הומאָריסטישער, נישט אַ פֿאַרדאַמענדיקער. רעזניק באַמערקט, אַז, אַ דאַנק בערלאַנדס טעטיקייט, האָט דאָס הײַנטיקע בראַצלעווער חסידות זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ריזיקער באַוועגונג, וואָס ציט צו טויזנטער בעל־תּשובֿות.
רעזניק איז אַ ליובאַוויטשער חסיד פֿון לעמבערג, וועלכער איז באַקאַנט ווי דער איבערזעצער פֿון אַלטע קאָמישע פּאָרנאָגראַפֿישע לידער פֿון רוסיש אויף העברעיִש. באַזונדערס האָט אויסגענומען זײַן איבערטײַטש פֿון דער לאַנגער אַנאָנימער פּאָעמע „לוקאַ מודישטשעוו‟, וואָס ווערט, על־פּי־טעות, אָפֿט צוגעשריבן צו איוואַן באַרקאָוו, אַ סקאַנדאַליעזער רוסישער פּאָעט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט. אַ „היימישע‟ ייִדישע אויסגאַבע וואָלט, אַוודאי, בשום־אופֿן נישט דערלאָזט צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַן אַרטיקל פֿון אַזאַ מחבר, דערצו מיט אַזאַ קעפּל און מיט אַזעלכע אויסדרוקן, ווי „אַ פֿראַנצויזישער קוש‟. דער דאָזיקער בײַשפּיל ווײַזט ווידער די דיסטאַנץ צווישן די שטרענג אײַנגעהאַלטענע פֿרום־געבוירענע חסידים און די בעל־תּשובישע הומאָריסטן.
אינעם „שיר־המעלות‟, וואָס מע זאָגט פֿאַר בענטשן, שטייט געשריבן: „אָז ימלא צחוק פּינו‟ — ווען משיח וועט קומען, וועלן מיר לאַכן. ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז בערלאַנדס „טאַנטרישע געניטונגען‟ וועלן אים העלפֿן זיך צו אַנטפּלעקן ווי דער מלך־המשיח. עס קאָן אָבער זײַן, אַז איראָניע און הומאָר, אַפֿילו אין שײַכות צו די סאַמע סתּירותדיקסטע טעמעס, איז טאַקע אַ סגולה אויסצוגלײַכן די סתּירות צווישן פֿאַרשיידענע גרופּעס מענטשן, און ממילא אַ טראָט צו דער גאולה אין דער הײַנטיקער צעקריגטער פֿרומער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.