בערלין — ווען היטלער וואָלט געוווּנען

What Berlin Would Look Like If Hitler Won


פֿון העלען קאַהיל (Forward)

Published September 23, 2014, issue of October 10, 2014.

אַדאָלף היטלער האָט געהאַט אַ מאָנומענטאַלן אוטאָפּישן פּלאַן איבערצובויען בערלין, וואָס אים האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו פֿאַרווירקלעכן. אַדרבה, די נאַצי־רעגירונג האָט צעשטערט אַ צאָל בנינים צוליב דעם דאָזיקן פּראָיעקט, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט אַ סך שקלאַף־אַרבעטער — דער עיקר, ייִדן. אַ נײַע אויסשטעלונג אינעם מוזיי, וואָס געפֿינט זיך אינמיטן דער מעטראָ־סטאַנציע „געזונדברונען‟ אינעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿון דער דײַטשישער הויפּטשטאָט ווײַזט, ווי אַזוי די פּלאַנירטע שטאָט, „גערמאַניע‟, וואָלט אויסגעזען, אויב היטלער וואָלט געוווּנגען די מלחמה און פֿאַרווירקלעכט זײַן געדאַנק.

מיטן פּלאַן האָט אָנגעפֿירט אַלבערט שפּעער, וועלכן הילטער האָט אויסגעקליבן ווי זײַן הויפּט־אַרכיטעקט. גערנאָט שאַולינסקי, דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ לאַבירינט פֿון מעטראָ־טונעלן, האָט דערקלערט, אַז דער עיקר־צוועק פֿון דער נײַער עקספּאָזיציע איז נישט סתּם צו שילדערן היטלערס אַמביציעזן פּלאַן, נאָר צו דערקלערן, ווי אַזוי די מענטשן האָבן געליטן צוליב די אידעאָלאָגישע כּוונות, וואָס האָבן געשטעקט אינעם דאָזיקן פּראָיעקט.

אַ ריזיקע מאַפּע ווײַזט דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַ מאַיעסטעטישן בולוואַר, זיבן קילאָמעטער די לענג און 120 מעטער די ברייט, וועלכער האָט געזאָלט אַרומגערינגלט ווערן מיט ריזיקע בנינים — אַ סימן פֿון דער גרויסער מאַכט פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד. בײַם סוף פֿונעם בולוואַר, לעבן דעם פּאַרלאַמענט — „רײַכסטאַג‟ — האָט מען פּלאַנירט אויפֿצושטעלן דעם ריזיקן „גרויסן זאַל‟, 320 מעטער די הייך.

צוליב דעם דורכגעפֿאַלענעם פּלאַן, האָבן די נאַציס צעשטערט די געגנט אַרום דעם קאַנצלערײַ־בנין, וווּ אַנגעלאַ מערקעל אַרבעט הײַנט. די אויסשטעלונג ווײַזט, אַז שפּעער האָט מיטגעאַרבעט מיט די הויכראַנגיקע נאַצי־פּאָליטיקער און געהאַט אַ דירעקט שײַכות צום מאַסן־מאָרד אין די טויט־לאַגערן. נאָך דער מלחמה, האָט מען אײַנגעזעצט דעם סתּירותדיקן אַרכיטעקט אין תּפֿיסה, פֿאַר זײַן ראָלע אינעם „דריטן רײַך‟, וווּ ער איז אָפּגעזעסן ביז 1966.

כּדי צו פֿאַרווירקלעכן זײַן פּראָיעקט, האָט די נאַצי־רעגירונג געהייסן אַ סך בערלינער צו פֿאַרלאָזן זייערע הײַזער און זיך אַריבערצוציִען אין די 24,000 דירות, וווּ עס האָבן פֿריִער געוווינט די ייִדישע תּושבֿים פֿון דער שטאָט. שפּעער האָט געהאָלפֿן דער נאַצי־רעגירונג צו קאָאָרדינירן די מאַסן־דעפּאָרטאַציע פֿון די בערלינער ייִדן אין אָקטאָבער 1941. שפּעטער, אין 1942, האָט ער געשטיצט דעם פּלאַן צו פֿאַרברייטערן דעם טויט־לאַגער אויסשוויץ־בירקענאַו. אינעם מוזיי ווערט געוויזן דער דאָזיקער פּלאַן, וועלכער האָט געהייסן „פּראָפֿעסאָר שפּעערס ספּעציעלע פּראָגראַם‟.

היטלער, שפּעער און הײַנריך הימלער, דער קאָמאַנדיר פֿון „עס־עס‟, האָבן געשלאָסן אַן אָפּמאַך, לויט וועלכן די אַסירים פֿון די קאָנצענטראַציע־לאַגערן האָבן געדאַרפֿט אַרבעטן ווי שקלאַפֿן, כּדי אויפֿצושטעלן די נײַע שטאָט „גערמאַניע‟. אין אָראַניענבורג, וווּ אַ סך אַרעסטאַנטן פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן אָדער זענען געשטאָרבן פֿון דער שווערער מי, האָט „עס־עס‟ געשאַפֿן, ספּעציעל פֿאַר דעם ריזיקן בויערײַ־פּראָיעקט, די גרעסטע ציגל־פֿאַבריק אין דער וועלט.