דער לייענער געדענקט אפֿשר מײַנס אַן אַרטיקל פֿון 3 יאָר צוריק וועגן דעם „ייִדיש־הויז‟, וואָס אַ צאָל ייִדישיסטן האָבן געשאַפֿן אין דער ברוקלינער געגנט בעדסטײַ, לעבן וויליאַמסבורג. ס׳האָט זיך אפֿשר אײַנגעקריצט אין זכּרון די בילדערישע באַשרײַבונג פֿון אונדזער קאַמף קעגן די טאַראַקאַנעס אין די ערשטע וואָכן, אָדער די גרויסע פּלענער, וואָס מיר האָבן דעמאָלט געהאַט — פֿאַר לייענקרײַזן, זינגערײַען, לעקציעס, פֿאַר אַ גאַנצן קולטור־צענטער, וווּ ייִדישיסטן און חסידים וועלן זיך באַגעגענען.
צום באַדויערן, האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם פֿון די גרויסע פּלענער: דאָס ברוקלינער ייִדיש־הויז איז בעצם געבליבן סתּם אַ פּריוואַטע דירה, וווּ מע האָט אַ מאָל אָרגאַניזירט אַ פֿאַרברענגעכץ אָדער פֿאַרבעטן אַ פּאָר געסט אויף שבת. אין אַ גרויסער מאָס איז די שולד געווען מײַנע, ווײַל דער אַרטיקל אין „פֿאָרווערסט‟ האָט אָנגעוואָרפֿן אַ שרעק אויף די חסידים, וואָס פֿלעגן קומען אויף אונדזערע אונטערנעמונגען, טאָמער וועט, חלילה, אַ פֿרומער פֿאַרבײַגייער זיי דערזען דורכן פֿענצטער. אויף דער ערשטער טרעפֿונג פֿון אונדזער לייענקרײַז, וווּ מיר האָבן געלייענט באַשעוויסעס ראָמאַן „דער בעל־תּשובֿה‟, האָבן מיר געהאַט אַ 10־15 פֿרומע געסט פֿון דער געגנט, אָבער אויף דער צווייטער — שוין נאָכן דערשײַנען פֿונעם אַרטיקל — איז קיינער ניט געקומען.
אמת, ווען מיר וואָלטן אַרײַנגעלייגט אינעם פּראָיעקט אַ ביסל מער כּוח און ענערגיע, וואָלט זיך אונדז אפֿשר פֿאָרט אײַנגעגעבן אויפֿצובויען דאָרט אַ ייִדיש־צענטער, אַזוי ווי ס’האָבן געטאָן אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם — און מיט גרויס הצלחה — אונדזערע פֿרײַנד אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟. פֿאַקטיש, איז איין ייִדישהויזניק, יאַנקל־פּרץ בלום, גלײַכצײַטיק געווען אַן אַקטיווער לערער אויף דער פֿאַרם און האָט דאָרט באַוויזן וווּנדער: מאַכן פֿון צענדליקער מענטשן, פּוסטע נשמות, יונגע־לײַט אָן אַ פֿונק פֿון ייִדיש־לשון — פֿאַר פֿאַרברענטע ייִדישיסטן. נאָר מיט איין פּאָר פֿיס קען מען ניט טאַנצן אויף צוויי חתונות, און איך אַליין האָב זיך געפֿוילט צו אָרגאַניזירן אייגענע פּראָגראַמען.
איצט איז אָבער געקומען אַ נײַע געלעגנהייט, אַ דאַנק אונדזער „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטער איציק גאָטעסמאַן. פֿאַר אַ יאָרן איז אַוועק אין עלטער פֿון 93 יאָר זײַן מאַמע, די ייִדישע פּאָעטעסע און מאָלערין ביילע־שעכטער גאָטעסמאַן, און דאָס הויז אויף ביינברידזש־עוועניו, וווּ זי האָט געוווינט כּמעט אַ האַלבן יאָרהונדערט, איז געשטאַנען ליידיק. איז אים אײַנגעפֿאַלן צו פֿאַרדינגען די צימערן פֿאַר ייִדישיסטן און צו שאַפֿן דאָרט אַ נײַ ייִדיש־הויז. אַזוי וואָלט ער אויפֿגעלעבט אַ ביסל די ייִדישע קולטור אויפֿן היסטאָרישן ביינברידזש־עוועניו, מיטן שלום־עליכם־צענטער אַריבער דער גאַס, און דער פּלאַן וואָלט זײַן מאַמען זיכער געפֿעלן.
נאָר איידער ער האָט געקענט פֿאַרדינגען די צימערן, האָט מען געדאַרפֿט היפּש רעמאָנטירן דאָס הויז, אויספֿאַרריכטן די סטעליעס, אינסטאַלירן נײַע פֿענצטער אאַז”וו. איציק האָט אַנגאַזשירט אַן אונגערישן בויער מיטן נאָמען אַטילאַ, וואָס איז שטאַרק ווי אַן אָקס און האָט אַליין מיט זײַנע גאָלדענע הענט דורכגעפֿירט דעם גאַנצן רעמאָנט. איך האָב אַ מאָל באַגריסט דעם דאָזיקן אַטילאַ און אים געגעבן די האַנט, האָב איך נאָר באַקומען אַ האַלבע האַנט צוריק.
זומערצײַט האָט די ניבאָרסקי־משפּחה געוווינט אין ביילעס הויז, בשעת אליעזר ניבאָרסקי און מרים טרין האָבן געלערנט אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם. די יונגע מוזיקאָלאָגין יאַנינאַ וווּרבס איז אויך געקומען אויף עטלעכע חדשים פֿון בערלין, כּדי צו פֿאָרשן ביילעס עזבֿון און צו לייענען אירע פּאַפּירן. די ניבאָרסקי־קינדער האָבן די ערשטע אַנטדעקט די נײַע מכּה: אינעם גאַסטצימער אויפֿן ערשטן שטאָק, וווּ זיי האָבן זיך געלייגט שלאָפֿן, האָבן אויך געוווינט — פֿליי. צום ערשט, האָט מען זיך ניט געזאָרגט, ווײַל פֿליי זײַנען דאָך ניט קיין וואַנצן; די קינדער זײַנען רויִק געשלאָפֿן אויפֿן בוידעם, אָן סכּנות. אָבער ווען די פֿליי זײַנען אַרײַן אויך אינעם דערבײַיִקן צימער און צעביסן יאַנינאַ, האָבן די אײַנוווינער אײַנגעזען, אַז ס׳איז צײַט פֿון זיי פּטור צו ווערן.
דערווײַל האָבן זיך אינעם הויז באַזעצט, ביזן סוף אויגוסט, נאָך 5 ייִדישיסטן: בלומע גראַניק און רחמיאל פֿלאַקסמאַן, דאָקטאָראַנטן אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער געשיכטע און פֿון קאָמפּיוטערײַ, האָבן פֿאַרנומען די בוידעם־שטיבלעך — צוזאַמען מיט זייער הינטל, ראובֿן. אויפֿן צווייטן שטאָק וווינען: פֿראַנס הילבער, אַ פֿראַנצויזישע קינסטלערין, וואָס האָט זיך אַריבערגעפּעקלט מיט מיר פֿונעם ברוקלינער „ייִדיש־הויז‟; ברוך טאַובער, אַ געוועזענער חב”דניק, וואָס שטודירט לאַנדשאַפֿט־אַרכיטעקטור; און אַני־הקטן. יאַנינאַ איז געבליבן אויפֿן ערשטן שטאָק, גלײַך אויפֿן פֿראָנט, קען מען זאָגן, אין דער מלחמה קעגן די פֿליי.
זי האָט אויסגעפֿאָרשט אין אינטערנעץ אַלע מיטלען און אויסגעאַרבעט אונדזער סטראַטעגיע: אַוועקצושטעלן פּאַסטקעס, אַרומוויקלען איר מאַטראַץ מיט פּלאַסטיק, וואַקומירן דעם טעפּעך און די מעבל, וואַשן די פּאָדלאָגע מיט עסיק און זי באַשיטן מיט באָראַקס־פּודער. ס’האָט גענומען עטלעכע וואָכן — די פֿליי זײַנען קרעפּקע באַשעפֿענישן, און אַ „נײַער דור‟ ווערט געבוירן אַלע דרײַ טעג. אָבער איצט, ברוך־השם, האָבן מיר אָפּגעהאַלטן אַ פֿולן נצחון און יאַנינאַ קען ווידער לייענען און שלאָפֿן דאָרט בשלום.
וואָס שייך דעם נײַעם ייִדיש־הויז, וועל איך דאָס מאָל פּרוּוון זיך ניט אײַנצורעדן קיין פֿייגעלעך אין בוזעם: ס’וועט זײַן וואָס ס’וועט זײַן. דערווײַל האָבן מיר אַ שמועסקרײַז, וואָס ביילע האָט אָנגעפֿירט מיט אים אַ סך יאָר, און טרעפֿט זיך איין מאָל אַ וואָך. מיר טראַכטן אויך וועגן אײַנפֿירן אַ לייענקרײַז. יענעם זונטיק האָט יאַנינאַ אָרגאַניזירט אַ זינגערײַ אויפֿן זעלבן פֿאָרמאַט, ווי ביילע פֿלעגט עס טאָן, און מירצעשעם וועלן זײַן נאָך. אָבער קיין גרויסער חלום פֿון צוציִען מאַסן חסידים קען ניט זײַן, אַז אַ ייִד דאַרף פֿאָרן צוויי שעה מיט דער באַן פֿון באָראָ־פּאַרק ביז ביינברידזש אין די בראָנקס. איין גליק נאָר, וואָס דאָס הויז געפֿינט זיך בײַם סאַמע לעצטן אָפּשטעל, קענסטו זיך רויִק אויסשלאָפֿן, ביז דער קאָנדוקטאָר וואַרפֿט דיך אַרויס.
עס פֿעלן נאָך עטלעכע וויכטיקע זאַכן, למשל: געבן דעם הויז אַ נאָמען און מאַכן אַ שילד, וואָס זאָל הענגען איבער דער טיר. עס קען ניט הייסן סתּם „ייִדיש־הויז‟, ווײַל עס וועלן זיכער באַלד אויפֿגעקומען נאָך ייִדיש־הײַזער, אַזוי ווי ס׳איז איצט געשען אין באָסטאָן. (וועגן דעם וואָלט אַ באָסטאָנער ייִדיש־הויזניק אויך געדאַרפֿט עפּעס אָנשרײַבן.) מע האָט פֿאָרגעלייגט „ביילע־הויז‟, אויפֿן מוסטער פֿון „משה־הויז‟, אָבער עס זײַנען געווען טענות, אַז מענטשן וועלן דאָס ניט פֿאַרשטיין; דערנאָך „בראָנקס־הויז‟, „ביינברידזש־הויז‟ אאַז”וו, ביז מיר זײַנען געבליבן פּשוט מיט „בית־הויז‟. זאָל עס בעסער בלײַבן דערווײַל „דאָס הויז אָן אַ נאָמען‟ און מיט דער צײַט וועט אונדז עפּעס אײַנפֿאַלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.