דינסטיק אינדערפֿרי, דעם 23סטן סעפּטעמבער, האָבן די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן דערשאָסן אין חבֿרון צוויי פֿאַרדעכטיקטע אינעם פֿאַרכאַפּן און דערהרגענען דרײַ ישיבֿה־בחורים. מע האָט געזוכט די שולדיקע במשך פֿון מער ווי דרײַ חדשים נאָכן דאָזיקן פֿאַרברעכן. די מיליטער־לײַט האָבן באַלאַגערט דאָס הויז, וווּ די פֿאַרדעכטיקטע, מאַרוואַן קאַוואַסמע און אָמאַר אַבו־אײַשאַ, האָבן זיך אויסבאַהאַלטן. ביידע זענען דערהרגעט געוואָרן בעת אַ שיסערײַ. נאָך דרײַ פּאַלעסטינער פֿון דער משפּחה קאַוואַסמע זענען אַרעסטירט געוואָרן, פֿאַרדעכטיקט ווי פֿאַרמישטע אין דער פֿאַרכאַפּונג.
דעם 12טן יולי, זענען גלעד שער, אייל יפֿרח און נפֿתּלי פֿרענקעל, אַ טאָפּלטער בירגער פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿאַרכאַפּט געוואָרן אויפֿן קרייצוועג אינעם ייִשובֿ גוש־עציון, אויף דרום פֿון ירושלים. דעם 30סטן יולי האָט מען געפֿונען זייערע גופֿים, באַגראָבן נישט ווײַט פֿון חבֿרון.
די פּאָליציי האָט אויסגעפֿונען, אַז אַבו־אײַשאַ, אַ 32־יאָריקער שלאָסער און אַ מיטגליד פֿון „כאַמאַס‟, איז פּלוצעם אַוועקגעגאַנגען פֿון שטוב גלײַך פֿאַר דער פֿאַרכאַפּונג, נישט דערקלערנדיק זײַן משפּחה, וואָס ער קלײַבט זיך צו טאָן. זײַן ברודער, אויך אַ „כאַמאַס‟־מיטגליד, איז דערהרגעט געוואָרן אין נאָוועמבער 2005, בעת אַ באַוואָפֿנטן צונויפֿשטויס מיט דער ישׂראלדיקער אַרמיי. לויט די אַרמיי־קוואַלן, איז זייער טאַטע עטלעכע מאָל געווען אַרעסטירט אין שײַכות מיט דער טעראָריסטישער טעטיקייט.
קאַוואַסמע, אַ 29־יאָריקער שערער, איז עטלעכע מאָל אַרעסטירט געוואָרן דורך דער ישׂראלדיקער און פּאַלעסטינער פּאָליציי אין שײַכות מיט זײַנע „כאַמאַס‟־פֿאַרבינדונגען. איינער פֿון זײַנע ברידער האָט באַקומען געלט פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, כּדי צו קויפֿן דעם אויטאָ און געווער פֿאַר דער פֿאַרכאַפּונג. אַן אַנדער ברודער, וועלכער זיצט שוין אין תּפֿיסה, האָט געהאָלפֿן צו באַגראָבן די גופֿים פֿון די ישיבֿה־בחורים און אויסצובאַהאַלטן די פֿאַרכאַפּער.
דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם ישׂראלדיקן גענעראַל־שטאַב, בנימין גאַנץ, האָט דינסטיק באַמערקט, אַז די סאָלדאַטן הײַנט האָבן אויסגעפֿירט דעם צוזאָג צו געפֿינען די שולדיקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.