וועגן וואַרשעווער ערטער־נעמען האָבן מיר שוין געשריבן, וועלן מיר זיך איצט נעמען צו גאַנץ פּוילן. די נעמען אויף פּויליש פֿון שטעט און שטעטלעך נעמען זיך פֿון זייער געאָגראַפֿיע, פֿון זייערע גרינדער צי לכּבֿוד אַ מלך, צי אַ פּרעזידענט.
וועגן דער שטאָט לעמבעריק, וואָס זי איז אַ מאָל געווען אַ פּוילישע, איז אַ מאָל שוין געקומען צו רייד: דער וואָס האָט די שטאָט פֿאַרלייגט, אַ געוויסער פּרינץ דאַניעל, האָט איר אַ נאָמען געגעבן לכּבֿוד זײַן זון לעאָ. די שטאָט קראָקע טראָגט איר נאָמען נאָך איר פֿאַרלייגער, וואָס ער האָט געהייסן קראַק; לאָדזש טראָגט דעם נאָמען פֿונעם טײַכל, וואָס האָט זיך דאָרטן געפֿונען, Łódka; צופֿעליק איז דאָס אויך טײַטש „שיפֿל‟. קוזמיר, אויף פּויליש Kazimierz Dolny, טראָגט דעם נאָמען פֿונעם גרויסן פּוילישן מלך פֿונעם 14טן י”ה, וואָס ער האָט פֿאַרבעטן ייִדן קיין פּוילן.
די ייִדישע נעמען, ווידער, ווייסן בדרך־כּלל נישט פֿון די אַמאָליקע מלכים אָדער פּרינצן. אויף מאַמע־לשון זענען די פּוילישע נעמען אײַנגעגלידערט געוואָרן בדרך־כּלל לויטן קלאַנג, כאָטש דאָ און דאָרטן איז דאָ אַ נאָמען מיט אַ ייִדישן טײַטש.
אָט איז דאָ אַ שטעטל אין ביאַליסטאָקער געגנט מיטן נאָמען לאַפּעס, אַזוי ווי די פֿיסלעך פֿון אַ הונט צי אַ קאַץ. אויף פּויליש איז דער נאָמען Łapy, מיטן זעלביקן טײַטש, וואָס אויף ייִדיש. מיט קיין חיות, אָבער, קער זיך עס נישט אָן; ווײַזט אויס, אַז די ערשטע דאָרטיקע משפּחה האָט געהייסן „לאַפּע“. אַ פּאָר קילאָמעטער הינטער וואַרשע איז דאָ אַ שטעטל „מאַרקעס“, אויף פּויליש Marki, ווידער אַ מאָל — מיטן זעלביקן טײַטש וואָס אויף ייִדיש. נאָר דאָ האָט זיך נישט געפֿונען דער הויפּט־פּאָסטאַמט; דער פּוילישער נאָמען נעמט זיך פֿון איינעם מיטן נאָמען „מאַרעק“.
פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דאָ אין מיזרח־גאַליציע אַ שטעטל, הײַנט האַרט בײַ דער אוקראַיִנישער גרענעץ, וואָס הייסט אויף פּויליש Wielkie Oczy „גרויסע אויגן‟. פֿון וואַנעט דאָס האָט זיך גענומען ווייסן מיר נישט, סײַדן צוליב חוזק צו מאַכן פֿון די דאָרטיקע אײַנוווינער. אָט ווייסן מיר פֿון פֿאַמיליעס, באַזירטע אויף פֿיזישע שטריכן — ווײַסקאָפּ, שוואַרצקאָפּ אד”גל — און ס’איז אַפֿילו אויסגעקומען צו זען אַן איטאַליענישע פֿאַמיליע Grossocchio „גרויס אויג‟. אַזוי צי אַזוי — פֿונעם פּוילישן טײַטש ווייסט נישט ס’דאָרטיקע מאַמע־לשון, ווײַל דער ייִדישער נאָמען איז „ווילקאָטש“.
אַ צווייטע קאַטעגאָריע זענען די, וווּ ייִדן האָבן דעם נאָמען פֿאַרהיימישט לויט אַ פֿאָלקישער עטימאָלאַגיע. אַ 70 קמ אויף דרום פֿון לובלין געפֿינט זיך ס’שטעטל „מזל־באָזשיץ“; דער פּוילישער נאָמען האָט נישט קיין שײַכות מיט מזל, ווײַל די ערשטע העלפֿט פֿון Modliborzyce איז טײַטש „מתפּלל זײַן‟, דער צווייטער — „געץ‟. נישט ווײַט פֿון קראָקע איז דאָ אַ שטעטל עפּלמיץ, נאָר דעם „עפּל“ עסט מען נישט, און „מיץ“ איז נישט ס’עבֿריתּישע „זאַפֿט‟; ס’פּוילישע Niepołomice האָט, אַ פּנים, צו טאָן מיט רעשטלעך פֿון אַ וואַלד נאָך אַ שטורעם. דאָס שטעטל Sterdyń, אַ 110 קמ צפֿון־מיזרח פֿון וואַרשע, הייסט אויף מאַמע־לשון „עסטערדין“, וואָס קלינגט ווי אַ לשון־קודשדיקער אויסדרוק:
— פֿאַר וואָס פֿאַסטן מיר אסתּר־תּענית?
— סטײַטש?! ס’איז דאָך דאָ דער אסתּר־דין!
פֿאַראַן, ווידער, אַזוינע, וווּ דער ייִדישער נאָמען האָט נישט קיין שײַכות מיטן פּוילישן. אין מיטל־גאַליציע, נישט ווײַט פֿון סאָניק, איז דאָ אַ שטעטל וואָס הייסט „ס’שטעטל“; אויף פּויליש איז דער נאָמען Mrzygłód „הונגערטויט‟, האָט מען, אַוודאי, פֿאַרשטאַנען און געוואָלט זיך דערפֿון אָפּטרייסלען.
דער פּויליש־אוקראיִניש־רוסישער נאָמען פֿון דער באַקאַנטער מיזרח־גאַליצישער שטאָט איז Brody, טײַטש „די ערטער, וווּ מע פֿאָרט אַריבער אַ טײַך, וווּ מע בראָדיעט אַדורך‟; אויף מאַמע־לשון, פֿאַרשטייט זיך, איז די שטאָט „בראָד“. נאָר אַן אַנדער גאַליציש שטעטל, וואָס הייסט אויף סלאַוויש Stary Brod, איז גאָר אויף ייִדיש „אונטער דער קאַמער“ — איין גאָט ווייסט פֿאַר וואָס… אַגבֿ, איז דער שורש „בראָד“ זייער אַ וויכטיקער בכלל אין אייראָפּע: פֿון אים נעמט זיך ס’ענגלישע ford, ס’נאָרוועגישע fjord, ס’דײַטשישע Furt — אַזוי ווי די בײַערישע שטאָט Fürth, וואָס אין מערבֿ־ייִדיש פֿלעג מען שרײַבן „פֿיורדא“, נאָר אַרויסגערעדט עס האָט מען „פֿערט“ — ס’לאַטײַניש־שטאַמיקע „פּאָרט“, אַפֿילו ס’גריכיש־שטאַמיקע „פּרת“ (דער טײַך Euphrates) און דער ייִדישער ווערב „פֿאָרן“!
נאָר, ווי געזאָגט, זענען ס’רובֿ ערטער־נעמען אײַנגעגלידערט אין מאַמע־לשון בלויז לויטן קלאַנג. Kazimierz Dolny איז „קוזמיר“, ס’קראָקעווער פֿירשטעטל Kazimierz איז „קוזמאַרק“. די שטאָט Brest, מיט צי אָן Litovsk, איז „בריסק“, מיט צי אָן „דליטע“; דאָס איז גיכער אָנגעשפּאַרט אויפֿן פּוילישן אַדיעקטיוו brzeski ווי אויפֿן נאָמען Brześć.
צום סוף, מוזן מיר דערמאָנען אַ נאַרישע מעשׂה, וואָס וועגן דעם האָבן מיר מיט יאָרן צוריק געלייענט אינעם ענגלישן „פֿאָרווערטס“: אַ סאַטמערער חסיד האָט פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז דער נאָמען „סאַטמער“ איז אויף גוייִש טײַטש גאָר „די הייליקע מאַריאַ“ (Saint Mary בלע״ז), און דערצו נאָך וואָס פֿאַר אַן איראָניע, אַז אַזאַ ייִדישע שטאָט זאָל טראָגן אַזאַ קריסטלעכן נאָמען… ס’הייבט זיך נישט אָן און לאָזט זיך נישט אויס: ס’רומענישע Satu Mare איז טײַטש ‘ס’גרויסע דאָרף’, אָבער דאָס איז אַ פֿאָלקס־עטימאָלאָגיע, ווײַל דער נאָמען וואַקסט פֿונעם אונגערישן Szatmár, וואָס שטאַמט, אַ פּנים, פֿון טערקיש. זעט איר, די שטאָט גער, ביזן חורבן אפֿשר דער וויכטיקסטער חסידישער צענטער, טראָגט יאָ אַ קריסטלעכן נאָמען: פּויליש Góra Kalwaria. אויף פּויליש איז góra פּשוט „באַרג‟, האָט עס די ייִדן נישט געטשעפּעט, בשעת דער באַרג Kalwaria איז דאָך דאָס אָרט, וווּ מע מיינט, אַז יעזוס האָט געטראָפֿן דעם טויט. חוץ דעם, איז נאָך נישט אויסגעקומען צו הערן ווי אַ גערער חסיד „באַרימט“ זיך, אַז זײַן שטאָט איז אַ קריסטלעכע. גייט עס, הייסט עס, קיינעם נישט אָן…
***********
צוגאָב צום פֿריִערדיקן אַרטיקל: אין בנציון וויטלערס ליד „וואַרשע“ האָבן מיר געהערט „די לאַזשענקעס“ (אִקצענטירט אויף „לאַ…“) פֿאַרן באַוווּסטן Park Łazienki; דער טײַטש אויף פּויליש איז „בעדער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.