ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 23, 2014, issue of October 10, 2014.

אויסגראָבונגען אויפֿן שטח פֿון טויט־לאַגער סאָביבאָר

די אַרכעאָלאָגן האָבן אַנטדעקט אַ קידושין-רינג אין די חורבֿות פֿונעם טויט־לאַגער סאָביבאָר. אויפֿן רינג זענען אויסגעקריצט געוואָרן די ווערטער: „הרי את מקודשת לי‟. דעם רינג האָבן די אַרכעאָלאָגן געפֿונען לעבן די חורבֿות פֿון די גאַז־קאַמערן.

סאָביבאָר איז געווען אַ פֿאַרניכטונגס־לאַגער נישט ווײַט פֿון לובלין. ייִדן און אויך די סאָוועטישע קריגס-געפֿאַנגענע זענען געפֿירט געוואָרן קיין סאָביבאָר מיט דער באַן. דאָרט האָבן זיי די דײַטשן פֿאַרגאַזט דורך דעם אַרויסשטויס פֿון טאַנק־מאָטאָרן.

נאָך אַ דערפֿאָלגרײַכן אויפֿשטאַנד אין אָקטאָבער 1943 האָט זיך אַ העלפֿט פֿון די 600 אַרעסטאַנטן אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן. נאָך דעם האָבן די דײַטשן צעשטערט דעם לאַגער און פֿאַרפֿלאַנצט דעם שטח מיט ביימער. דערפֿאַר האָט זיך במשך פֿון לאַנגע יאָרן נישט אָנגעזען קיין זכר פֿונעם טויט-לאַגער. אין יאָר 2007 האָבן צוויי אַרכעאָלאָגן, יורם חיימי פֿון ישׂראל און ווויטשעך מאַזורעק פֿון פּוילן, אָנגעהויבן גראָבן אינעם וואַלד, וווּ עס האָט זיך געפֿונען דער לאַגער.

אַ חוץ די חורבֿות פֿון די גאַז־קאַמערן, האָבן זיי געפֿונען טויזנטער אָביעקטן, וואָס האָבן געהערט צו די קרבנות, ווי רינגען, אויעררינגלעך, פּאַרפֿום־פֿלעשעלעך, פֿלעשעלעך מיט רפֿואות און אַנדערע פּערזענלעכע אָביעקטן.


אין וואַרשע ווערט געעפֿנט אַ צווײַג פֿון אייראָפּעיִשן „השומר־הצעיר‟

אויף דער גרויסער צערעמאָניע וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר בײַם „ראַפּאַפּאָרטס געטאָ־דענקמאָל‟ אין וואַרשע לזכּרון דעם אויפֿשטאַנד אין געטאָ, האַלטן רעדעס מיניסטאָרן מצד דער מלוכה און רבנים מצד דער ייִדישער קהילה.

ווען אַ גאַסט פֿון דער פּלאַנעטע מאַרס וואָלט באַזוכט די דאָזיקע צערעמאָניעס, וואָלט ער געקאָנט מיינען, אַז דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ האָבן דורכגעפֿירט רבנים מיט זייערע ישיבֿה־תּלמידים. סטײַטש, עס שטייען כּלי־קודש און לויבן אין הימל אַרײַן די קדושים פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס האָבן מקריבֿ געווען זייערע לעבנס פֿאַר כּלל־ישׂראל. אין דער אמתן אָבער, זענען די אויפֿשטענדלער געווען, כּמעט אָן אַן אויסנאַם, לינקע אַטעיִסטן.

מרדכי אַנילעוויטש, דער מנהיג פֿונעם אויפֿשטאַנד, איז געווען אַ ציוניסטישער סאָציאַליסט, אַן איבערגעגעבענער מיטגליד פֿון „השומר־הצעיר‟. זײַן רעכטע האַנט, מאַרעק עדעלמאַן, איז געווען אַן אַנטי-ציוניסטישער סאָציאַליסט, אַ בונדיסט. איך האָב געהאַט דעם זכות צו אַרבעטן אויף אַ פֿילם וועגן די ווילנער פּאַרטיזאַנער. אַבא קאָוונער האָבן מיר אינטערוויויִרט אין זײַן קיבוץ; ער איז אויך געווען אַ מיטגליד פֿון „השומר־הצעיר‟. דער ערשטער מנהיג פֿון די ווילנער פּאַרטיזאַנער איז געווען איציק וויטענבערג — אַ קאָמוניסט. אַגבֿ, איציק וויטענבערג האָט זיך מקריבֿ געווען, כּדי צו ראַטעווען די ייִדן פֿון ווילנער געטאָ בשעת דער סאַטמאַרער רבי, יואל טייטלבוים, האָט מקריבֿ געווען זײַנע חסידים, כּדי צו ראַטעווען זיך אַליין.

הײַיאָר אָבער, וועט אויך אַ דעלעגאַציע פֿון „השומר־הצעיר‟ אָנטיילנעמען אין דער צערעמאָניע לכּבֿוד די אויפֿשטענדלער פֿון וואַרשעווער געטאָ. ווי מיר האָבן שוין דערמאָנט, איז דער קאָמאַנדאַנט פֿונעם אויפֿשטאַנד געווען מרדכי אַנילעוויטש, אַ מיטגליד פֿון „השומר־הצעיר‟. עס איז נישטאָ קיין וואַרשעווער תּושבֿ, וואָס קען נישט דעם נאָמען אַנילעוויטש. די סיבה איז זייער אַ פּשוטע. „אוליצאַ אַנילעוויטשאַ‟, די אַנילעוויטש־גאַס געפֿינט זיך אין מיטן דער שטאָט, אַזוי אַז אַפֿילו די ערגסטע פּראָסטאַקן, ווי די טאַקסי־שאָפֿערן, למשל, קענען דעם נאָמען גאַנץ גוט.

און צוריק צום „השומר־הצעיר‟: די וועלט־אָרגאַניזאַציע פֿון „השומר־הצעיר‟ האָט בדעה צו באַנײַען די אַקטיוויטעט פֿון „השומר‟ אין וואַרשע. דעם 19טן אָקטאָבער וועט פֿאָרקומען אין פֿאָיע פֿון ייִדישן טעאַטער אין וואַרשע אַ מיטינג מיטן שליח פֿון „השומר-הצעיר‟-אייראָפּע. טאַטע-מאַמעס פֿון קינדער פֿון זעקס ביז זעכצן יאָר זענען אײַנגעלאַדן. די באַוועגונג זוכט אויך אַ מדריך, אַ מיידל אָדער אַ ייִנגל אַרום זעכצן יאָר אַלט. דער מדריך וועט באַקומען אַ באַשיידענעם לוין.

און וווּ האַלט „השומר-הצעיר‟ בנוגע ייִדישיקייט? פּונקט ווי אין מדינת-ישׂראל, מיינט פֿאַר „השומר‟, אַז אַ ייִד איז דער, וואָס האָט אַ ייִדישע מאַמע אָדער אַ ייִדישן טאַטן, אַ ייִדישע באָבע, אָדער אַ ייִדישן זיידן. די הויפּט־זאַך — אַ ייִד איז דער, וואָס באַטראַכט זיך אַליין ווי אַ ייִד, און וויל פֿירן אַ לעבן, וואָס האָט אַ ייִדישן אינהאַלט. ייִדן, לויטן נוסח פֿון „השומר־הצעיר‟, זענען ייִנגלעך און מיידלעך פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס זענען סאָלידאַריש מיט מדינת־ישׂראל. וואָס שייך כּשרות — דאָ קען מען כּמעט הערן פּעמי־משיח, דאָס הייסט, די פֿוסטריט פֿון משיחן. אין „השומר־הצעיר‟ וואַרשע וועט מען דערלאַנגען נאָר כּשר עסן.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.