דער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך באַוויזן אויף דער וועלט ווי אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, וואָס האָט געמיינט אויך, אַז ס׳איז געווען אַ פֿרײַדענקערישער (הײַנט וואָלט מען געזאָגט „פֿרײַער‟) פֿאָרום. צווישן אירע מיטאַרבעטער זײַנען געווען מיליטאַנטישע אַפּיקורסים, גרייט אויסצולאַכן און פֿאַרשילטן אַלע ייִדישע מינהגים; אָבער דער רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן, האָט זיך תּמיד באַמיט צו ווײַזן, אַז זײַן פּאָזיציע איז אַן אַנדערע, דהײַנו: פֿון אַ ניט-גלויביקן, מאַרקסיסטישן אינטעלעקטואַל, אָבער מיט אַ דרך-ארץ צו רעליגיעזע געפֿילן. ס‘איז שווער צו זאָגן אויך וויפֿל די דאָזיקע פּאָזיציע האָט אויפֿריכטיק אָפּגעשפּיגלט זײַן מיינונג און אויף וויפֿל זײַן באַציִונג איז געווען אַ פּראַגמאַטישע, ווײַל ער האָט זיכער ניט געוואָלט אָפּשטויסן דעם פֿרומען און פֿרומעוואַטן לייענער.
קאַהאַן איז געווען ניט דער איינציקער מענטש אין זײַן פֿרײַדענקערישער סבֿיבֿה, וואָס האָט ניט געוואָלט מאַכן מיט דער בלאָטע גלײַך דעם „אָפּשטאַרבנדיקן‟ (אַזוי האָט זיך זיי דעמאָלט געדאַכט) פֿרומען עולם. וועגן די רעליגיעזע פֿראַגן האָט אין דער צײַטונג, ווי אויך אין באַזונדערע ביכער, געשריבן, אַ שטייגער, איסר גינזבורג (1872–1947). דער זייער אינטערעסאַנטער מענטש (און, ווי כ‘האָב ערגעץ געלייענט, אַ ווײַבערניק איינער אין דער וועלט) האָט געהאַט געלערנט אין דער ווילקאָמירער ישיבֿה און דעם קאָרנעל-אוניווערסיטעט. זינט יאָר 1900 האָט ער געאַרבעט ווי אַ דאָקטער. אין מײַ 1915 איז אין „פֿאָרווערטס‟ אַרויס זײַן אַרטיקל „רעליגיע און ייִדישקייט‟, אין וועלכן ער האָט געשריבן: „רעליגיע איז זייער אַן איידעלער ענין, אַ פּראָדוקט פֿון דער מענטשלעכער נשמה און אירע שטימונגען, אַ פֿאַרקערפּערטער שטיק פּאָעזיע.‟
דער „שטיק פּאָעזיע‟, וואָס איז „פֿאַרקערפּערט‟ געוואָרן אין די נשמות פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע ראַדיקאַלן, האָט זיי אויך געשטערט אויפֿצונעמען ערנסט די רעפֿאָרמיסטישע ייִדישקייט פֿון די דײַטשישע ייִדן, מיט וועלכער זיי האָבן זיך צונויפֿגעשטויסן אין אַמעריקע. לויט דעם זעלבן איסר גינזבורג, האָבן די דײַטשישע ייִדן רעפֿאָרמירט די רעליגיע „על-פּי חכמת־הבוכהאַלטעריע, ווי עס לוינט זיך בעסער פֿאַרן געשעפֿט, מיט אַ הוצאה והכנסה‟. מיט אַ שטיקל חוזק האָט ער געשריבן, אַז אין די רעפֿאָרמיסטישע קרײַזן „וואַרפֿט מען אַרויס פֿון די תּפֿילות אַלץ, וואָס דערמאָנט אָן דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט, וואַרפֿט מען אַרויס ציון און ירושלים. און אַזוי גייט עס כּסדר: נאָר געשעפֿטסמעסיק.‟
ס׳איז קלאָר, אַז אַזעלכע מענטשן ווי גינזבורג האָט ניט געקענט פֿאַרטראָגן די „צבֿועקישע‟ (ווי זיי האָבן געהאַלטן) פֿרומקייט. אָבער די אויפֿריכטיקע רעליגיעזקייט איז געווען פֿאַר זיי עפּעס אַנדערשס, אַזעלכע געפֿילן האָבן זיי ניט געוואָלט פֿאַרטשעפּען.
האָבן זיך די זשורנאַליסטן פֿון „פֿאָרווערטס‟ תּמיד צוגעקוקט צום רעליגיעזן לעבן פֿון די אייגענע, ייִדיש-רעדנדיקע לײַט. די צײַטונג איז אַ וויכטיקער (און זייער ווייניק אויסגענוצטער) קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע מכּוח דעם מצבֿ פֿון רעליגיע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עס גיט אונדז, למשל, די מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן אין ניו-יאָרק אין דער ראָש-השנה צײַט מיט פֿינף-און-אַכציק יאָר צוריק. אַ זשורנאַליסט, וואָס האָט אונטערגעשריבן זײַן אַרטיקל מיטן פּסעוודאָנים „לעד פּענסיל‟ האָט געשריבן (דעם 6טן אָקטאָבער 1929): „ניו-יאָרק איז אַ שטאָט פֿול מיט זינד און מיט אַ סך טײַכן, און צו תּשליך גייען זייער ווייניק‟ — און ווײַטער לייענען מיר: „ראָש-השנה גייען פֿרומע ייִדן צו תּשליך. זיי גייען צום טײַך אַרײַנצותּשליכן (אַרײַנצוּוואַרפֿן) זייערע עבֿירות פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, און זאָל דער טײַך אַוועקטראָגן די עבֿירות אין זײַנע שטראָמען צו ווײַטע-ווײַטע וויסטעניש. […]
„אין די אַמאָליקע קליינע שטעטלעך זײַנען צו תּשליך טאַקע געגאַנגען זינדיקע מענטשן מיט פֿרומע מאַסקעס אויף די פּנימער און מיט חסידישע זופּיצעס אויף די אַקסלען. אין ניו-יאָרק אָבער, וווּ עס זײַנען דאָ גענוג צבֿועקעס, זעט מען זיי אָבער ניט בײַ תּשליך. אין ניו-יאָרק גייען ניט די צבֿועקעס צום טײַך פּטור צו ווערן פֿון זייערע עבֿירות. אין ניו-יאָרק גייט מען צום טײַך אָנקלײַבן עבֿירות. מע גייט צום טײַך זינדיקן. […]
„די וואָס גייען אָבער ראָש-השנה צו תּשליך אין ניו-יאָרק, זײַנען קליין אין צאָל, ווי ס׳איז קליין די צאָל פֿון די ריינע פֿרומע אידעאַליסטן אין ניו-יאָרק.‟
דער מחבר מאַכט אַזאַ פֿאַרגלײַך מיט דער „אַלטער היים‟: „דאָרטן איז געקומען אַ גרויסער עולם צום תּשליך אויף אַ קליינעם הילצערנעם בריקל בײַם טײַכל. דאָ קומט אַ קליינע גרופּע ייִדן אויף אַ גרויסן, שטאַרקן אײַזערנעם בריק איבער דעם איסט-ריווער.‟
אַזוי איז עס געווען מיט פֿינף-און-אַכציק יאָר צוריק. פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך דער מצבֿ זייער שטאַרק געביטן. איך קוק זיך ניט צו צו די בריקן, אָבער אין מײַן געגנט פֿון ניו-יאָרק, בײַם ים, ווערט דער ברעג פֿול געפּאַקט אויף ראָש-השנה. דער ים, ווי אויך די די ניו-יאָרקער טײַכן און אָזערעס, בלײַבן ניט אָן אַרבעט אין די דאָזיקע טעג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.