לעצטנס, האָט זיך געשלאָסן אַן אייגנאַרטיקע קונסט־אויסשטעלונג בײַ דער Soapbox Gallery אין פּראָספּעקט הײַטס, ברוקלין. די אויסגעשטעלטע קונסט־ווערק האָט געשאַפֿן די קינסטלערין שׂרה עהרנטאַל, אַ געוועזענע נטורי־קרתּאניצע, וואָס האָט פֿאַרלאָזט די קליינע אַנטי־ציוניסטישע סעקטע, כּדי אויסצומײַדן אַן אַראַנזשירטן שידוך. די פֿאַרשידענע אָביעקטן, בילדער, סטאַטועס און רעקאָרדירטע ווערק, צוזאַמגעשטעלט ווי איין אויסשטעלונג מיטן נאָמען „(הוי) !BE‟ (אויף ייִדיש: „זײַ!‟) דורך דער קוראַטאָרין מאַרינע קאָרנועט, האָבן געשילדערט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון עהרנטאַלס לעבנס־געשיכטע.
שׂרה עהרנטאַל איז געבוירן געוואָרן אין ישׂראל אין 1981 און האָט פֿאַרבראַכט אירע ייִנגערע יאָרן אין מאה־שערים. צו 4 יאָר האָט איר משפּחה זיך באַזעצט אין באָראָ פּאַרק, ברוקלין, וווּ זי איז דערצויגן געוואָרן אין דער קליינער אָרטיקער נטורי־קרתּא קהילה. צו זיבעצן יאָר האָט זי זיך צוריקגעצויגן מיט דער משפּחה קיין ישׂראל. כאָטש זי האָט זיך שטענדיק געפֿילט ניט־באַקוועם אין איר פֿרומער חסידישער סבֿיבֿה, האָט זי אין ישׂראל געפֿילט נאָך מער איזאָלירט, ווײַל זי האָט ניט געקענט קיין העברעיִש און ניט געהאַט קיין פּאַסיקע סבֿיבֿה. צו דער צײַט האָבן אירע עלטערן פּרובירט זי צווינגען חתונה צו האָבן, טראַכטנדיק דערבײַ, אַז דאָס חתונה־לעבן וואָלט געלייזט אירע פּראָבלעמען אָדער זי כאָטש באַשעפֿטיקט. שׂרה האָט, אָבער, בשום־אופֿן ניט געוואָלט חתונה האָבן. זי איז אַנטלאָפֿן פֿון דער משפּחה און האָט אָנגעהויבן דינען אין צה׳׳ל. נאָכן דינען 21 חדשים אין מיליטער האָט זי זיך באַזעצט אין אילת און איז דערנאָך צוריקגעפֿאָרן אין ניו־יאָרק. אין 2010 האָט זי זיך געלאָזט אין וועג, פֿאָרנדיק אַליין איבער אינדיע, טײַלאַנד און לאַאָס.
„דאָרטן, אין אינדיע, האָב איך באמת אָנגעהויבן פֿאַרנעמען זיך מיט קונסט‟ - האָט עהרנטאַל דערקלערט, בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „איך האָב שטענדיק געוואָלט שאַפֿן קונסט, אָבער ניט געקענט זיך פֿאַרגינען אויסצוגעבן געלט אויף קונסט־מאַטעריאַלן. אין אינדיע האָב איך געהאַט אַ סך פֿרײַע צײַט, און איך האָב אָנגעהויבן מאַכן צייכענונגען.‟ סוף־כּל־סוף, האָט עהרנטאַל דערקלערט, האָט זי זיך גענייטיקט אין געלט און אָנגעהויבן שאַפֿן קליידער מיט אירע
אייגענע עמבלעמען, באַזירט אויף אירע צייכענונגען, וואָס זי האָט פֿאַרקויפֿט צו אַנדערע רײַזנדיקע. זי האָט זיך אומגעקערט קיין ניו־יאָרק אין 2012, מיטן ציל צו ווערן אַ קינסטלערין.
צוויי יאָר שפּעטער, אויף איר גרעסטער אויסשטעלונג ביז אַהער, זעט מען בײַ דער אַרײַנגאַנג־טיר ווי עס שטייט אַ קליין בעטעלע, און לעבן אים - אַ קלייניקער קאַמאָד. די בעט איז ריין, די לײַלעכער ציכטיק געפֿאַלדעוועט אונטער אַ פּשוטער קאָלדרע. אינעם שופֿלאָד פֿונעם קאַמאָד האָט שׂרה אַרײַגעלייגט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון איר משפּחה, וואָס מע האָט געמאַכט בעת אירע קינדער־יאָרן. דער טייל פֿון דער אויסשטעלונג הייסט „אַ גוטע נאַכט, הינדי‟, דער טיטל, אָנגעשריבן אויף ייִדיש און אין טראַנסליטעראַציע, ווערט ניט איבערגעזעצט אויף ענגליש.
„ווי אַ קינד האָט מען מיך גערופֿן ׳הינדי׳‟, האָט שׂרה דערקלערט. „נאָכן פֿאַרלאָזן די קהילה האָב איך געהאַט זייער נעגאַטיווע געפֿילן וועגן ייִדיש און וועגן מײַן נאָמען, און איך האָב זיך געוואָלט באַפֿרײַען פֿון דעם. האָב איך געוואָלט זיך געבן אַ נײַעם נאָמען. ווי עס טרעפֿט זיך, איז מײַן לעגאַלער נאָמען באמת געווען שׂרה. דערפֿאַר האָב איך אָנגעהויבן זיך פֿאָרשטעלן ווי שׂרה.‟
נאָכן סימבאָלישן שלאָף־צימער קאָן מען באַמערקן אַ דערבײַיִקן ווינקל, וווּ עס שטייט אַ טיש, באַדעקט מיט אַ פּשוטן טישטעך. אויפֿן טיש שטייט אַ לײַכטער מיט ליכט, צוגעגרייט צו בענטשן זיי אויף שבת און אַ סידור צום דאַוונען. אַ פּאָר פֿוס איבערן טיש הענגט אַ ברעט האָלץ פֿאַרוואַנדלט אין אַן איינזאַמער פּאָליצע, אויף וועלכער עס שטייט אַ בעכער צום קידוש און אַ פּאָר ספֿרים, וואָס באַהאַנדלען פֿרויען־ענינים.
ניט ווײַט אַוועק פֿונעם סימבאָלישן שבת־טיש זעט מען די משפּחה, וואָס וואָלט געהאַט געשטאַנען אַרום אים, אין פֿאָרעם פֿון אַ סעריע בילדער. דער פֿאָטער מיט אַ באָרד און פּאות, די טאָכטער מיט לאַנגע צעפּ, די מאַמע מיט אַ באַדעקטן קאָפּ און אין אַ פֿאַרטוך, און דער זון, אַ בר־מיצווה ייִנגל מיט אויסגעשטרעקטע אָרעמס. די בילדער, אַרײַנגערעכנט די ראַמען, האָט שׂרה צונויפֿגעשטעלט פֿון מאַטעריאַלן, וואָס זי האָט אַליין געפֿונען.
לעבן דער משפּחה זעט מען די קינדער פֿון דער מאה־שערימער סבֿיבֿה - 22 ווײַסע קעפּ, וואָס שטייען אויף דער פּאָדלאָגע. די פּנימער זענען ענלעך צו מאַניקינען. די קעפּ, געמאַכט פֿון פּאַפּיר־מאַשע, הייסן „קינדער‟. שׂרה האָט זיי געלאָזט ווײַס, אָן קיין שום קאָלירן און האָר אָדער ברעמען. דערפֿאַר זענען זיי כּמעט אידענטיש איינער צום אַנדערן; דערמיט באַקומט מען דאָס געפֿיל, אַז די סימבאָלישע קינדער האָבן ניט געהאַט קיין אינדיווידועלע פּערזענלעכקייטן. אינעם זעלביקן טייל פֿון דער גאַלעריע האָט מען געהערט אַ רעקאָרדירונג פֿון קינדער־קלאַנגען, וואָס שפּילן זיך אויף דער גאַס אין מאה־שערים, שרײַענדיק אויף ייִדיש און העברעיִש.
דאָס לעצטע קונסט־ווערק אין דער אויסשטעלונג, וואָס איז אויך דאָס סאַמע דראַמאַטישסטע, האָט געשילדערט שׂרהס אַרויסציִען זיך פֿון דער פֿרומער וועלט. אויף דער הינטערישטער וואַנט האָט מען געזען אַ שוואַרץ־ווײַס שטומען פֿילם, אין וועלכן שׂרה שטייט נאַקעט; אירע אָרעמס זענען צוגעבונדען צום גוף מיט תּפֿילין און זי פּרובירט זיך אַרויסצורײַסן פֿון די רצועות, וואָס האַלטן איר אײַן. די אויגן בײַ איר דערמאָנען אָן אַן אָקס, בעת אַן אָקסן־שלאַכט אין שפּאַניע; אַ באַשעפֿעניש, וואָס זעט אויס ווי פֿאַראורטיילט צום טויט, אָבער גייט סײַ־ווי־סײַ אָן מיטן קאַמף.
ניט געקוקט אויף דער כּלומרשטיקער האָפֿענונגסלאָזיקייט פֿונעם לעצטן טייל פֿון איר אויסשטעלונג, האָט שׂרה זיך טאַקע באַפֿרײַט פֿון די סימבאָלישע תּפֿילין, וואָס האָבן זי אײַנגעהאַלטן און איז מצליח געווען צו שאַפֿן פֿאַר זיך אַן אייגענעם גורל. וועגן אירע ווײַטערדיקער פּלענער בכלל, און דער אויסשטעלונג בפֿרט, האָט זי געזאָגט, אַז „די אויסשטעלונג וואָלט זייער שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם אין מדינת־ישׂראל, בעסער מסתּמא ווי אין אַמעריקע. איך מיין, אַז ס׳זענען דאָ אַ סך מענטשן דאָרט, וואָס וואָלטן זיך געקענט אָפּלערנען פֿון מײַן געשיכטע און פֿון מײַן קונסט. איך וויל אויך אויספֿאָרשן מײַן באַציִונג צו מדינת־ישׂראל דורכן שאַפֿן קונסט דאָרטן‟.
וועגן אירע ווײַטערדיקע קינסטלערישע פּלענער, האָט שׂרה דערקלערט, אַז זי האַלט בײַם אָנהייב פֿון אַ לאַנגן פּראָצעס. „מײַן לעבנס־געשיכטע איז זייער אַ קאָמפּליצירטע. איך האָב געהאַט אַ שווערע קינדהייט און ס׳זענען דאָ זאַכן, וואָס איך האָב זיך געטיילט מיט דער וועלט צום ערטשן מאָל דורך דער אויסשטעלונג; ס׳זענען אויך דאָ זאַכן, וואָס איך האָב נאָך ניט דערציילט. איך אַנטפּלעק זיך צוביסלעך דורך מײַן קונסט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.