ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

די פֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה אין בוענאָס־אײַרעס גרייטן זיך צום נײַעם יאָר, דעם 23סטן סעפּטעמבער
Courtesy of daia.org.ar
די פֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה אין בוענאָס־אײַרעס גרייטן זיך צום נײַעם יאָר, דעם 23סטן סעפּטעמבער

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published September 24, 2014, issue of October 10, 2014.

מוסולמענישער טעראָריזם — אויך אין לאַטײַן־אַמעריקע

די אַרגענטינער פּרעזידענטין, קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער, האָט דערקלערט דעם לעצטן שבת, אַז דער „איסלאַמישער שטאַט‟, די טעראָריסטישע גרופּע, װאָס האָט פֿאַרשפּרייט דורך פֿילמען װי זי האָט געקעפּט דרײַ פֿאַרכאַפּטע זשורנאַליסטן פֿון דער מערבֿ־װעלט, האָט געהאַט בדעה דורכצופֿירן אַן אַטענטאַט אויף איר. עמנואל נחשון, דער נײַער װאָרטזאָגער פֿון דעם ישׂראלדיקן אויסער־מיניסטעריום, האָט געזאָגט, אַז דאָס איז ניט צו שטוינען, װײַל די גרופּע איז אַ געפֿאַר פֿאַר דער װעלט. אין דער גרופּע געפֿינען זיך אויך לאַטײַן־אַמעריקאַנער, און זיי קענען געשיקט װערן צו זייערע לענדער דורכצופֿירן אַטענטאַטן. די מוסולמענער, סוניטן און שיִיִטן, װאָס לעבן אין לאַטײַן־אַמעריקע, דערװײַטערן זיך פֿון די עקסטרעמיסטן, אָבער אומעטום געפֿינען זיי אָנהענגער, װאָס זײַנען גרייט צו טעראָריזירן.

די פּרעזידענטין האָט געזאָגט, אַז לויט דער אַרגענטינער פּאָליציי איז איר פֿרײַנדשאַפֿט מיטן פּויפּסט די סיבה זי זאָל װערן אַ ציל פֿאַר די טעראָריסטן.

אַרגענטינע, בראַזיל און מעקסיקע האָבן שאַרף רעאַגירט קעגן דער גרופּע.


נאַציאָנאַלער טאָג פֿאַר פֿרויענרעכט

דעם 23סטן סעפּטעמבער איז אין אַרגענטינע דער נאַציאָנאַלער טאָג פֿאַר פֿרויענרעכט. אין 1947, אין דעם טאָג האָט דער פּאַרלאַמענט אָנגענומען דאָס געזעץ, װאָס האָט באַשטימט װאַלרעכט פֿאַר דער פֿרוי, און אין די װאַלן פֿון 1951 האָבן די פֿרויען געשטימט צום ערשטן מאָל. די פּעראָניסטישע פּאַרטיי און אַנדערע פּאָליטישע ריכטונגען האָבן אָרגאַניזירט ספּעציעלע אַקטן צו דערמאָנען אָט די דאַטע. די קהילה האָט פֿאַרבונדן דעם טאָג מיט דער דאַטע פֿון 4טן סעפּטעמבער 1893, װען אין שיקאַגאָ איז פֿאָרגעקומען די ערשטע נאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע פֿרויען און באַערט חנה גרינבוים־סאַלאָמאָן.


„דאַיאַ‟ באַטייליקט זיך אינעם ייִדישן װעלט־קאָנגרעס

די אַרגענטינער דעלעגאַציע האָט זיך אומגעקערט פֿון בערלין, װוּ עס איז פֿאָרגעקומען די טרעפֿונג פֿון ייִדישן װעלט־קאָנגרעס. עס האָבן זיך באַטייליקט דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, ד״ר כוליאָ שלאָסער, דער װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה, טאָמאַס סאַיעג, דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון לאַטײַן־אַמעריקאַנער קאָנגרעס, שאול גילװיטש און די אַרגענטינער עמפּרעסאַרן, עדואַרדאָ עלשטיין און אַדריאַן װערטהיים. די דײַטשע קאַנצלערין אַנדזשעלאַ מערקעל און דער פּרעזידענט קלאַוס װאָװערייט האָבן דערעפֿנט דעם צוזאַמענקום, װאָס איז געװאָרן אַ מאַניפֿעסטאַציע קעגן שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם.


ראַדיאָ־טראַנסמיסיע אין „חיים װייצמאַן־שול‟

די „חיים װייצמאַן־שול‟ האָט אָנגעהויבן מיט אַ נײַעם פּראָיעקט פֿאַר די תּלמידים פֿון פֿיפֿטן קלאַס פֿאָלקשול. די שול האָט אָנגעהויבן מיט ראַדיאָ־טראַנסמיסיעס, וווּ די קינדער אַרבעטן אויס די פּראָגראַמען. די באַקאַנטע ייִדיש־אַרגענטינער זשורנאַליסטין פֿאַני מאַנדעלבוים, װאָס פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיק פּלאַץ אין דעם אַרגענטינער ראַדיאָ און טעלעװיזיע, האָט באַזוכט די שול, און איז אינטערװיויִרט געװאָרן פֿון די תּלמידים. זי האָט דערעפֿנט די טראַנסמיסיעס, צוזאַמען מיט די תּלמידים.


אַ נײַער נומער פֿון דער צײַטשריפֿט „אונדזער זכּרון‟

דער נומער 38 פֿון דער צײַטשריפֿט „אונדזער זכּרון‟, װאָס דער „האָלאָקאַוסט־מוזיי פֿון בוענאָס־אײַרעס‟ גיט אַרויס שוין 20 יאָר, איז פּרעזענטירט געװאָרן. די פּובליקאַציע נעמט אַרײַן אַרבעטן פֿון אינטעלעקטואַלן, פֿאָרשער און אַקאַדעמיקער, װאָס זײַנען ביז גאָר װיכטיק פֿאַרן לימוד פֿון חורבן, און איז געװאָרן אַ שם־דבֿר נישט נאָר אין אַרגענטינע. דער נומער האָט אַרבעטן פֿונעם ריכטער מאַרטין לאָסאַדאַ, װאָס ברענגט זײַנע פֿאָרשונגען װעגן פֿאַרברעכנס קעגן דער מענטשהייט, פֿון ד״ר זשאָנאַטאַן פּערעיראַ, װעגן דער מאַכט, און אַרבעטן פֿון פֿאָרשערס װעגן דער װיכטיקייט פֿון עדות, קונסט, מוזיק און קינאָ בעתן נאַציזם.


צוויי נײַע היסטאָרישע ביכער

צװיי נײַע ביכער זײַנען פּרעזענטירט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס. „די לעצטע טעג פֿון מוסאָליני‟ — איז אַ בוך פֿון פּיער מילזאַ, אַ ספּעציאַליסט אין געשיכטע פֿון איטאַליע און פֿונעם פֿאַשיזם, װאָס האָט פּובליקירט איבער 30 ביכער װעגן איטאַליע אין דער צװייטער װעלט־מלחמה.

„1914 — אַרגענטינע און די ערשטע װעלט־מלחמה‟ פֿון ראַמאָן טאַראַועלאַ אַנאַליזירט די דעבאַטעס, װאָס שײַך די אַרגענטינער נייטראַליטעט, דער פּאָלעמיק אין דער געזעלשאַפֿט, אין די פּאָליטישע פּאַרטייען און אין די פֿאַראיינען פֿון אימיגראַנטן; דער אונטערגאַנג פֿון דער בריטישער השפּעה אין לאַנד, און דער אויפֿשטײַג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן װי אַ װעלט־פּאָטענץ.


אין די טעג פֿון דין־וחשבון

דער עולם האָט איבערגעפֿולט די בוענאָס־אײַרעסער שילן פֿון אַלע ריכטונגען אין די טעג פֿון ראָש־השנה. אויך אינסטיטוציעס האָבן אָרגאַניזירט טראַדיציאָנעלע לחיימס, אָפּגעגעבן באַריכטן פֿון אָפּגעטוענער אַרבעט און זיך געװוּנטשן אַ גוט יאָר. אַ סך אינסטיטוציעס טוען דאָס בעת די ימים־נוראים; די ייִדישע שולן האָבן אָרגאַניזירט ספּעציעלע פֿײַערונגען, און יוגנט־ און ספּאָרט־קלובן װידמען ספּעציעלע אָװנטן פֿאַר אָט דער דאַטע. אַלע האָבן אונטערגעשטראָכן, אַז די טעג זײַנען געװען די צוגעפּאַסטע פֿאַר אַ דין־וחשבון, אַ געזעלשאַפֿטלעכער פֿאַראייניקונג, באַטראַכטן די סיטואַציע פֿון ייִדן איבער דער װעלט, און דעם לאָקאַלן עקאָנאָמישן קריזיס, װאָס דראָט אַלע אינסטיטוציעס.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.