זײַט פֿאָרזיכטיק: קעלבערנע יוצרות

Idiotic Definitions

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published September 26, 2014, issue of October 10, 2014.

אַ באַקאַנט בילד פֿון אַלבערט אײַנשטײן מיט אַן אױסגעשטעקטער צונג, באָסטאָן, 1951
Getty Images
אַ באַקאַנט בילד פֿון אַלבערט אײַנשטײן מיט אַן אױסגעשטעקטער צונג, באָסטאָן, 1951

די ייִדן האָבן פֿון לאַנג פֿאַרשטאַנען, אַז די אותיות און ווערטער פֿאַרמאָגן אַ באַזונדערן כּוח. אין די סאַמע עלטערע ייִדישע אַגדות וועגן די געשעענישן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען נאָך פֿאַר דער מעשׂה־בראשית, געפֿינען מיר אַ סוררעאַליסטישע דערצײלונג, אין וועלכער די ייִדישע אותיות קריגן זיך צווישן זיך פֿאַר אַ מער בכּבֿודיק אָרט אין דער ספֿר־תּורה.

„רבונו־של־עולם — באַקלאָגט זיך דער ‘אַלף’ — איך בין דאָך דער ערשטער פֿון די אותיות, דעריבער האָסטו באַדאַרפֿט מיט מיר באַשאַפֿן די װעלט.‟ דער ערשטער אות פֿון דער תּורה איז דאָך „בית‟, אין „בראשית‟.

האָט דער אײבערשטער געענטפֿערט: „װאַרט, די גאַנצע װעלט װעט דאָך באַשאַפֿן װערן אין דעם זכות פֿון דער תּורה. אַז איך װעל זיך אַנטפּלעקן אױפֿן באַרג סיני, װעל איך אָנהײבן די עשׂרת־הדברות מיט אַן אַלף, דהײַנו — אָנוכי.‟

טאַקע, פֿאַר וואָס פּלוצעם האָט דער אײביקער אױסגעקליבן דעם „בית‟, כּדי אָנצוהייבן מיט אים די באַשאַפֿונג פֿון דער װעלט? װאָס הײסט? — זאָגן אונדזערע חכמים, — „בית‟ איז דאָך צװײ, און גאָט האָט מיט דעם מרמז געװען, אַז עס זײַנען דאָ צװײ װעלטן: עולם־הזה און עולם־הבא. אַחוץ דעם, מיט אַן „אלף‟ וועט דוד המלך אָנהייבן די „תּהילים‟, דהײַנו, — מיטן וואָרט „אַשרי‟, גליקלעך איז דער, וואָס… דער אויפֿמערקזאַמער לייענער וועט גלײַך באַמערקן, אַז פֿון „אַשרי‟ ביז „תּהילים‟, האָבן מיר דעם גאַנצן אַלף־בית, מיט אַנדערע ווערטער — די גאַנצע וועלט. און אױב איר זענט מצליח אײַנצוזאַפּן אין זיך די ריזיקע װעלט, פֿון „אָנוכי‟ דורך „בראשית‟ ביז צו די „תּהילים‟, דאַן, מעגלעך, װעט איר צוטרעטן צו „אַשרי‟, צו אַ װעלט און צו אַ צושטאַנד, װעלכע זײַנען כּולו־גליק.

אױפֿן לאַנגן װעג צום גליק טרעפֿן מיר זיך אָן אױפֿן אות „חית‟ (כעס). דער נאָמען פֿונעם אות איז אין משך פֿון די יאָרן געװאָרן בײַ די ייִדן װי אײנער פֿון די גאָר פּאַסקודנע באַגריפֿן. בײַ די פֿרומע ייִדן װאַרפֿט מען אַרײַן אָדער מע לײגט אַרײַן אין „חית‟, דהײַנו — אין חרם. בײַ די פּשוטע ייִדן האָט אָט דאָס װאָרט עטלעכע באַדײַטן, אָבער אַלע מיט טיף נעגאַטיװע ניואַנסן: אַ באַנדיט, אַ זשלאָב, אַ חזיר און אַ שׂונא־ישׂראל.

פֿון קינדװײַז אָן געדענק איך, אַז אױב עפּעס אַ דערװאַקסענער רופֿט עמעצן אָן אַ חית, איז דאָס אַ שטרענגע װאָרענונג, אַז מיר, קינדער, דאַרפֿן זײַן פֿאָרזיכטיק און אױסמײַדן אַלע קאָנטאַקטן מיט אַזאַ מענטשן, װײַל אַ חית איז אַן אמתע סכּנה פֿאַר די ייִדן בכלל און פֿאַר די ייִדישע קינדער בפֿרט.

גוט, אָבער װי אַזױ דערקענט מען אַזאַ חיה?… קײן שילד אױפֿן שטערן טראָגט ער דאָך ניט… אָ, פֿלעגן ענטפֿערן די עלטערע מענטשן, צו דערקענען אַ חית איז גאָר ניט שװער, װײַל יעדער חית איז אין דער ערשטער רײ — אַ זשלאָב, אַ חזיר און אַ חוצפּהניק… איר קענט זיך שױן פֿאָרשטעלן, אַז נאָך אַזאַ דערקלערונג װערט דאָס קינד אין גאַנצן פֿאַרפּלאָנטערט און מבֿלבל.

מיט יאָרן שפּעטער, װען כ’בין געװאָרן אַ תּלמיד בײַ דעם פּראָפֿעסאָר יוסף בר־אל (ייִנגלװײַז — גאָטליב), אונדז צו לאַנגע יאָרן, און מיר האָבן מיט אים שפּאַצירט, זײַענדיק אויף אַ באַזוך אין מאָסקווע, האָב איך אים טאַקע געפֿרעגט, פֿאַר װאָס געפֿינט מען ניט אין די װערטערביכער דאָס װאָרט „חית‟“ מיט אַ קאָנאָטאַציע אױף אַ באַנדיט אָדער אַ שׂונא־ישׂראל, און פֿון װאַנען עס װאַקסן די פֿיס? ר’ יוסף האָט מיר געענטפֿערט, אַז אױך בײַ זײ אין באָטאָשאַן פֿלעגט מען נוצן דאָס װאָרט „חית‟ און טאַקע מיט דער זעלבער קאָנאָטאַציע װי בײַ אונדז אין פֿלאָרעשט, אָבער פֿאַר װאָס איז עס ניט אַרײַן אין די װערטערביכער װײסט ער ניט, נאָר ער מײנט, אַז דאָס דאַרף זײַן אַ קירצונג פֿונעם װאָרט חזיר, דהײַנו, - ח’, חית.

„אַז מע האָט צו טאָן מיט די גזירות, — האָט ער צוגעגעבן — דאַרף מען זיך היטן.‟ בעת יענעם שפּאַציר איבער דער ריזיקער מאָסקװע, איז געבױרן געװאָרן ר’ יוספֿס באַקאַנטע פֿראַזע, — „מאָסקװע איז זײער גרױס. אַ האַלבע שטאָט איז פֿון אױבן, אױף די גאַסן, אַ האַלבע שטאָט איז אונטער דער ערד אין ‘מעטראָ’, אָבער די גאַנצע שטאָט ליגט טיף טײַער אין דר’ערד‟.

ניט קוקנדיק אױף דעם, אַז דאָס װאָרט „חית‟ איז ניט אַרײַן אין די װערטערביכער, איז די צאָל חיתן אױף דער װעלט ניט געװאָרן קלענער, און חוצפּה, װי אײנער פֿון זײַנע באַזונדער־שטריכן, איז געבליבן די זעלבע חוצפּה, נאָר אפֿשר אַ ביסל מער פֿײַנטלעך אין זײער באַציִונג צו די ייִדן. הײַנטיקע טעג, כּדי צו טרעפֿן זיך מיט אַ חית, דאַרף מען ניט אַרױסגײן פֿון דער הײם. ס’איז גענוג זיך אַדורכשפּאַצירן איבער די עלעקטראָנישע זײַטלעך פֿון דער אינטערנעץ.

פֿאַר מיר איז תּמיד געװען אַ פֿאַרגעניגן צו גריבלען זיך אין כּלערלײ ענציקלאָפּעדיעס און װערטערביכער, דעריבער כ’האָב זיך ממש דערפֿרײט צו אַנטפּלעקן אַן ענציקלאָפּעדיע, װעגן װעלכער כ’האָב קײן מאָל ניט געהערט — די „פֿרײַע רוסישע ענציקלאָפּעדיע ‘טראַדיציע’‟. כ’האָב איבערגעבלעטערט אַ פּאָר זײַטלעך און זיך גלײַך אָנגעשטױסן אױף אַ „רוסיש‟ װאָרט פאַר „חוצפּה‟, אָנגעהױבן צו לײענען דעם אַרטיקל און דערפֿילט װי די רעשטלעך האָר שטעלן מיר זיך קאַפּױער.

איך ציטיר: „חוצפּה (ייִדיש, קומט פֿון העברעיִש) - אַן אײגנטימלעכע נאַציאָנאַלע כאַראַקטער־טבֿע בײַ די ייִדן, ס’באַטײַט - פֿרעכקײט, עזות, פֿאַרשײַטקײט. בײַ די ייִדן אַלײן באַדײַט ‘חוצפּה’ אַ באַזונדערע מוטיקײט, דרײסטקײט און איז אַ פּאָזיטיװער באַגריף, אַזױ װי זײ װאָלט ניט אינטערעסירט, אַז זײ קענען זײַן ניט־גערעכט. דער באַגריף ‘חוצפּה’ פֿעלט בײַ די אַנדערע פֿעלקער און זײַנע אַנאַלאָגיעס זײַנען ניטאָ אין אַנדערע שפּראַכן.‟

אָט אַזױ, פּראָסט און פּשוט… געבױרן געװאָרן אַ ייִדיש קינד? זײער גוט. מאַכט אַ שׂימחה און דרײט זיך ניט דעם קאָפּ, נאָך װעמען זאָלט איר דאָס קינד אָנרופֿן, װײַל לױט דער „פֿרײַע רוסישע ענציקלאָפּעדיע ‘טראַדיציע’‟ איז זײַן נאָמען „אַ פֿרעכער יהודי אָדער אַ פֿרעכע יהודית‟. אַ מחיה… כ’האָב ממשיך געװען צו לײענען און פֿאַרשטאַנען, אַז עמעצער האָט דאָ פֿאַרביטן די יוצרות, און טאַקע מיט אַ כּװנה.

צו זאָגן, אַז בײַ די ייִדן זײַנען ניטאָ קײן חוצפּהניקעס, װאָלט געװען ניט ריכטיק, אָבער, אַז מע הײבט אָן צו גריבלען זיך אין די פּיטשעװקעס, דערגײט מען צו אַן אינטערעסאַנטן אױספֿיר - בײַ די ייִדן זײַנען דאָ צװײ מינים “khutspe”; אַ חוצפּה מיט אַן “אַלף” און אַ חוצפּה מיט אַ “הא”, וואָס באַדײַטן צװײ פֿאַרשײדענע זאַכן: אַ חוצפּה אין באַציִונג צום הימל, און אַ חוצפּה װי אַ נעגאַטיװע אומעטישע האַלטונג.

אין במסכת “סנהדרין” װערט דערמאָנט דאָס װאָרט “חוצפּה”, וואָס דער באַדײַט איז גאָר אַ פּאָזיטיװער - “אמר רב נחמן: חוצפה, אַפֿילו כּלפּי שמיא מהני”, און דער טײַטש איז - אַ חוצפּה, אַפֿילו אין באַציִונג צום הימל (צו גאָט), איז עפֿעקטיװ (פּאָזיטיװ). אַלץ איז קלאָר: כּדי צו לערנען און דערגײן אַ טאָלק, איז ניט קײן עבֿירה צו מקשה זײַן און פֿרעגן קשיאות, אַפֿילו בײַ גאָט. אַזאַ חוצפּה הײסט דרײסטקײט אין באַגרײַפֿן די סודות פֿון עולם־הזה. און אַז מע זאָל בעסער פֿאַרשטײן, אַז די ייִדישע “חוצפּה” האָט גאָרניט צו טאָן מיט דער פֿרעכקײט, און איז אַװדאי ניט קײן נאַציאָנאַלע כאַראַקטער־טבֿע, ברענג איך נאָך אײן באַװײַז, אַז אונדזערע חכמים און פּשוטע ייִדעלעך זײַנען ניט בעסער און ניט ערגער װי בײַ די אַנדערע פֿעלקער; און זײער באַציִונג צו די עטישע כּלל־נאָרמעס איז פּונקט אַזױ שטרענג, װי בײַ אַלע ציװיליזירטע מענטשן.

רבי הלל האָט געזאָגט: אין בור ירא חטא, אַן איגנאָראַנט אַ גראָבער־יונג האָט ניט מורא פֿאַר אַ זינד (װײַל ער פֿאַרשטײט ניט, װאָס אַ זינד הײסט)… ולא הבישן למד, און אַ בישן (גאָר אַ שעמעװדיקער) װעט ניט קענען לערנען. פֿאַר װאָס? װײַל ער שעמט זיך פֿרעגן דאָס, װאָס ער פֿאַרשטײט ניט; כּדי צו פֿאַרשטײן, דאַרף מען זײַן מוטיק, דאַרף מען האָבן „חוצפּה‟ צו דערגײן דעם טאָלק. חוצפּה איז ניט מער װי אַ כּלי אין באַגרײַפֿן די װעלט, אָבער עס איז אױך קלאָר, אַז אױך מיט צװײ טױזנט יאָר צוריק האָבן מיר געהאַט סײַ גראָבע־יונגען, עם־הארצים, װי אױך אײדעלע חכמים און בישנים.

װי אַ בײַשפּיל פֿון דער ייִדישער חוצפּה ברענגען די מחברים פֿון דער „רוסישער ענציקלאָפּעדיע‟ אַ באַקאַנט בילד פֿון אַלבערט אײַנשטײן מיט אַן אױסגעשטעקטער צונג. אונטערן בילד שטײט אַן אונטערשריפֿט אין נוסח פֿון די קעלבערנע יוצרות: „מיט דעם בילד זאָגט אײַנשטײן די גױים – ‘נו, װי האָב איך אײַך, טיפּשים, אָפּגענאַרט?!’‟ דאָס בילד און דעם אונטערשריפֿט ברענגט די „רוסישע ענציקלאָפּעדיע‟ װי אַן אילוסטראַציע צו װלאַדימיר איסטאַרכאָװס „װיסנשאַפֿטלעך‟ בוך, „אַ קלאַפּ פֿון די רוסישע געטער‟, אין װעלכן ער צעקײַעט פֿאַרן יונגן דור רוסישע פּאַטריאָטן די גרױסע „ייִדישע סודות‟, און פֿאַרגעסט ניט צו ברענגען אַ בײַשפּיל פֿון דער „ייִדישער חוצפּה‟:

„דאָס אַלװעלטלעכע ייִדנטום האָט אײַנגעבוכעט מאַיאָנטקעס מיט געלט, און דורך די מאַס־מעדיאַ צעבלאָזט די ‘גרױסקײט’ פֿון אײַנשטײן און באַשטימט דעם שװאַכזיניקן אידיאָט און פֿאַלסיפֿיקאַטאָר װי דעם גרעסטן גאָון פֿון אַלע צײַטן און פֿעלקער. בײַ די זשידעס מיינט די חוצפּה — דרײסטקײט. און אַ חוצפּהדיקע דעמאָנסטראַציע פֿון דער חוצפּה – דאָס איז די גרעסטע זשידאָװסקע דרײסטקײט‟. סוף ציטאַט.

אָט אַזאַ „ענציקלאָפּעדיע‟ און אָט אַזאַ „טראַדיציע‟, װעלכע עס לײענען און אין װעלכער עס גלײבן טױזנטער און טױזנטער פּשוטע „רוסישע פּאַטריאָטן‟. דעם אמת געזאָגט, האָב איך געמײנט, אַז די צײַטן פֿון דער פּרימיטיװער און גרעבלעכער שׂינאה צו ייִדן זײַנען פֿאַרבײַ. כ’בין זיך מודה: כ’האָב געהאַט אַ טעות. עס װײַזט זיך אַרױס, אַז גערעכט איז געװען מײַן באָבע מילכּה, זאָל זיך מיִען, װען זי האָט געפּסקנט: „קינדערלעך, זײַט פֿאָרזיכטיק, אַ חית בלײַבט אַ חית.‟