ניו־יאָרק. — נאָך אַ היסטאָרישן ציווילן מישפּט, וואָס האָט געדויערט פֿינף וואָכן, האָט אַ זשורי אין ברוקלין דערקלערט שולדיק דעם „אַראַבישן באַנק‟ אין פֿינאַנצירן טעראָריזם אין ישׂראל, אויפֿן מערבֿ ברעג און אין עזה.
לויט דעם פּסק פֿונעם אַמעריקאַנער ראַיאָן־געריכט דעם 22סטן סעפּטעמבער, האָט דער באַנק אין יאָרדאַניע באַזאָרגט „כאַמאַס‟ מיט פֿינאַנציעלער שטיצע, וואָס האָט געהאָלפֿן דורכצופֿירן 24 טעראָריסטישע אַטאַקן צווישן 2001 און 2004.
די אָנקלאָגער באַשטייען פֿון כּמעט 300 אַמעריקאַנער בירגער, וועלכע זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אָדער האָבן פֿאַרלוירן נאָענטע קרובֿים אין די אַטאַקן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען בעת דער צווייטער אינטיפֿאַדע.
דאָס איז געווען דער ערשטער ציווילער פּראָצעס קעגן אַ באַנק, נאָך דעם ווי מע האָט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן דורכגעפֿירט דעם „אַנטי־טעראָריזם אַקט‟, אין 1991, וואָס דערלויבט די געליטענע פֿון אויסלענדישע טעראָר־אַטאַקן אָנצוקלאָגן, דאָ אין אַמעריקע, די פֿינאַנציעלע שטיצער פֿון די אַטאַקן. עס האָט געדויערט 10 יאָר, ביז מע האָט, סוף־כּל־סוף, דורגעפֿירט דעם פּראָצעס אין אויגוסט.
די אַדוואָקאַטן פֿאַר די אָנקלאָגער, מיט גאַרי אָסען בראָש, האָבן געטענהט, אַז דער „אַראַבישער באַנק‟ האָט איבערגעפֿירט גרויסע געלטער פֿון אַ סאַודישער צדקה־אָרגאַניזאַציע צו די „כאַמאַס‟־פֿירער, און אויך טראַנספֿערירט אויסצאָלונגען פֿון $5,300 — די אַזוי־גערופֿענע „מאַרטירער־אויסצאָלונגען‟ — צו די משפּחות פֿון די זעלבסטמערדער.
שאַנד סטיווענס, אַן אַדוואָקאַט פֿאַר די אָנגעקלאָגטע, האָט געזאָגט, אַז דער באַנק האָט געפֿאָלגט אַלע תּקנות פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג און אַנדערע רעגירונגען, כּדי צו באַשטימען, וועלכע אויסצאָלונגען צו דערלויבן, און וועלכע — נישט. סטיווענס האָט צוגעגעבן, אַז דער „אַראַבישער באַנק‟ האָט אַפֿילו געניצט אַ ספּעציעלע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס לאָזט וויסן די נעמען פֿון די מענטשן, באַצייכנט ווי טעראָריסטן מצד דער אַמעריקאַנער רעגירונג.
צווישן די אָנקלאָגער איז געווען שׂרי זינגער, וועלכע איז פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין אַ זעלבסטמערדערישן אַטאַק אין 2003. „כ׳האָב זיך צעוויינט, ווען כ׳האָב זיך דערוווּסט דעם פּסק,‟ האָט זינגער, אַ טאָכטער פֿונעם שטאַט־סענאַטאָר פֿון ניו־דזשערזי, ראָבערט זינגער, געזאָגט דער ייִט״אַ.
זינגער איז געפֿאָרן אינעם אויטאָבוס 14 אין ירושלים, דעם 11טן יוני 2003, ווען דער זעלבסטמערדער, שטייענדיק בלויז עטלעכע פֿוס פֿון איר, האָט זיך אויפֿגעריסן. זעכצן מענטשן אינעם אויטאָבוס זענען דערהרגעט געוואָרן, און 100 אַנדערע — פֿאַרוווּנדיקט. זינגערס שליסלביין (clavicle) האָט זיך צעבראָכן, און שראַפּנעל ליגט עד־היום טיף אין מויל בײַ איר.
אין דער צווייטער סטאַדיע פֿונעם פּראָצעס, וועט מען באַשטימען, וויפֿל דער באַנק דאַרף אויסצאָלן יעדן געליטענעם און זײַן משפּחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.