שטראָף פֿון $15,000 פֿאַר ייִדן אין אומאַן

Jews in Uman Fined $15,000

Wikipedia

פֿון ייִט״אַ

Published September 26, 2014, issue of October 10, 2014.

די פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה אין אומאַן האָבן באַצאָלט דער שטאָט $15,000 שטראָפֿגעלט פֿאַר האָבן אויפֿגעשטעלט אַ ריזיק געצעלט פֿאַר די ייִדן, וועלכע זענען געקומען ראָש־השנה אויף קבֿר־אָבֿות צו ר׳ נחמן בראָסלעווערס קבֿר, אָן די געהעריקע פּאַפּירן.

די סומע איז אַ טייל פֿון אַ פּשרה צווישן דרײַ צדדים: די שטאָט־באַאַמטע; דער „צדקה־פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון ר׳ נחמן‟, און די אָרטיקע אַקטיוויסטן, וועלכע האָבן גערופֿן אַראָפּצונעמען דאָס ריזיקע געצעלט, האָט הרבֿ שמעון בוסקילאַ פֿונעם „אַלוועלטלעכן ברעסלאָוו־צענטער‟ איבערגעגעבן דער ייִט״אַ.

„עס זענען געווען געוויסע לעגאַלע ענינים מיטן אויפֿשטעלן אַ געצעלט פֿאַר 2,500 מענטשן,‟ האָט בוסקילאַ דערקלערט.

זינט דעם צוזאַמענפֿאַל פֿון קאָמוניזם איז די צענטראַל־אוקראַיִנישע שטאָט געוואָרן יעדן ראָש־השנה אַ צוצי־אָרט פֿאַר טויזונטער ייִדן. דאָס איז צום ערשטן מאָל, וואָס די מאַסן ייִדישע טוריסטן קומען קיין אומאַן, זינט מע האָט באַזײַטיקט די רעגירונג פֿון וויקטאָר יאַנוקאָוויטש אין פֿעברואַר.

„דעם בירגער־מײַסטער האָט מען אויך פֿאַרביטן — האָט בוסקילאַ געזאָגט — און אַ צאָל אוקראַיִנער אַקטיוויסטן באַמיִען זיך אָפּצושטעלן די ביז־איצטיקע קאָרופּציע און הפֿקרות אין לאַנד. דערפֿאַר האָבן זיי פּראָטעסטירט קעגן דעם געצעלט. די קהילה האָט נישט באַקומען אַלע נייטיקע פּאַפּירן, איידער זי האָט עס אויפֿגעשטעלט, כאָטש אין דער אמתן, שטערט עס קיינעם נישט.‟

צווישן די אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן געדריקט אויף דער שטאָט אַראָפּצונעמען דאָס געצעלט, איז געווען דער אָרטיקער צווײַג פֿון דער עקסטרעם־רעכטער „סוואָבאָדאַ־פּאַרטיי‟, וואָס האָט במשך פֿון די לעצטע יאָרן אויך אָרגאַניזירט מאַניפֿעסטאַציעס קעגן די ייִדן אין אומאַן בכלל.

דערצו זענען געוויסע אָרטיקע אײַנוווינער אויפֿגעבראַכט, וואָס די ייִדישע טוריסטן פֿאַרקויפֿן פֿאַרשידענע פּראָדוקטן איינער צום צווייטן, אַנשטאָט צו קויפֿן זיי אין די אָרטיקע קראָמען. אָבער לויט דער נײַעס־וועבזײַט operativno.net, העכערן די אוקראַיִנער קרעמער ממשותדיק די פּרײַזן פֿאַר די ייִדישע באַזוכער. אַ טוץ אייער, למשל, קאָסט אַן אוקראַיִנישן קונה בלויז 70 סענט, אָבער די ייִדישע טוריסטן דאַרפֿן באַצאָלן דערפֿאַר $10.