ס’איז מיר צו חלום געקומען דער ווילדער קאַרשנבוים, וועלכער איז געשטאַנען בײַם זאַמדוועג. פֿון אַלטקייט האָבן זיך זײַנע צווײַגן אַרונטערגעלאָזט און איין צווײַג האָט זיך אין דער אַנדערער פֿאַרפּלאָנטערט, איין צווײַג האָט זיך אין דער צווייטער אַרומגעדרייט און צונויפֿגעפֿלאָכטן. די צווײַגן האָבן אָנגערירט די ערד און פֿון אַלטקייט זיך כּמעט ווי ניט באַוועגט. פֿול זענען זיי געווען, די צווײַגן מיט גרינע בלעטער, מיט גרינע בלעטער און מיט קאַרשן. טונקל־רויטע קאַרשן. ווען דער טוי האָט זיי געוואַשן, האָבן זיי געהאַט דעם אָנבליק פֿון גלאַנציקע קינדער־אייגלעך וואָס זענען אָקערשט אויפֿגעקומען פֿון שלאָף. און פֿאַר נאַכט, ווען די זון איז אויסגעגאַנגען, האָבן די קאַרשן אויסגעזען ווי פֿאַרגעסענע זון־שטיקלעך, וועמענס רויטקייט איז געזעצט און טינקעלער געוואָרן.
כ’האָב שוין געוואָלט אַרויפֿקלעטערן, פֿאַרוועבן זיך צווישן דער צווײַגן־געדיכטעניש און נעמען זיך צום רײַסן די קאַרשן. האָב איך זיך דערמאָנט, אַז דו ביסט ניטאָ און כאָטש איך האָב געוווּסט, אַז ס׳איז אַ חלום; כאָטש כ’האָב געפֿילט אַז ס׳איז אַ חלום, האָב איך ניט געקענט אײַנגיין, אַז דער חלום זאָל זײַן אָן דיר. אַז כ’זאָל אַליין אויפֿן בוים אַרויפֿקלעטערן, אַז כ’זאָל אַליין די קאַרשן רײַסן ניט האָבנדיק מיט וועמען אין געוועט צו גיין, ניט האָבנדיק וועמען קאַרשן־אוירינגלעך אָנצוטאָן.
האָב איך זיך אין מײַן חלום אַוועקגעזעצט פּאַזע דעם וועג אונטער די דיקע, אַלטע צווײַגן און דיך אָפּגעוואַרט.
האָבן די קאַרשן אויפֿן בוים גענומען אײַנשרומפּן און דיך האָט מען אַלץ נאָך ניט אָנגעזען. האָבן די בלעטער איינס נאָך ס’אַנדערע גענומען אַראָפּפֿאַלן, און געפֿאַלן זענען זיי אויף מיר. אַ שיכט נאָך אַ שיכט האָבן זיי מיך באַדעקט ביז כ’בין אַ בלעטער־בערגל געוואָרן, אַ בערגל מיט צוויי אויסוואַרטנדיקע אויגן. ענדלעך האָב איך דיך דערזען. פֿון דעם גרויסן וואַלד, דאָרט וווּ דער זאַמדיקער שליאַך גייט פֿאַרלאָרן, ביסטו מיר אַנטקעגנגעקומען. אָבער ביסט ניט געווען מער ווי איך — אַ קינד — נאָר דערוואַקסן, ווי דעמאָלט ווען מ׳האָט דיך צו די וואַגאָנען פֿאַרשלעפּט…
האָט עס מיר וויי געטאָן וואָס דו קומסט צו מיר אַ דערוואַקסענע שוין, אַ פֿרוי, און איך, אַ ייִנגל, ליג צווישן אַראָפּגעפֿאַלענע בלעטער. ווי אַזוי וועלן מיר רעדן צווישן זיך, ווי וועלן מיר זיך פֿאַרשטיין? האָב איך געטראַכט אין באַדרענגעניש. וועסט אַפֿילו אויפֿן בוים ניט קענען אַרויפֿקריכן און איך וועל זיך שעמען דיר קאַרשן־אוירינגלעך אָנצוטאָן.
אַ גרויסער צער האָט צעברענט מײַנע אויגן און הענט בעת דו האָסט זיך דערנענטערט. דײַנע האָר זענען צעלאָזן געווען. האָסט אויסגעזען ווי אַ קאַרשנבוים. כ׳האָב פֿאַר פֿרייד פֿאַרגעסן אַז איך בין אַ קליין ייִנגל פֿאַרבליבן און דיך זע איך אַ פֿרוי שוין, אַ דערוואַקסענע, און אַז אויך די קאַרשן האָבן זיך אָפּגעזוכט.
כ’האָב געוואָלט אויפֿשפּרינגען, צולויפֿן צו דיר. האָבן די בלעטער ניט געלאָזן. אַ געפֿאַנגענער בין איך געלעגן צווישן זיי. די בלעטער זענען האַרט און שאַרף געוואָרן. יעדער באַוועג האָט מיר אַ שניט געלאָזן אין מײַן לײַב. האָב איך אַ באַנומענער צעשריִען זיך:
— קום אַהער! דאָ בין איך, קום אַהער, צינד אונטער די בלעטער!
אָבער דו, דו האָסט זיך אַפֿילו ניט פֿאַרהאַלטן. דו ביסט ווי אַ בוים וואָס האָט זיך פֿון די וואָרצלען באַפֿרײַט, ווײַטער געגאַנגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.