וואָס מער „עלטער מיידל‟ פֿלאָראַ איז געוואָרן, אַלץ פֿײַנער איז זי געוואָרן, און מען האָט געזאָגט: „פֿלאָראַ איז שוין איין מאָל אַ מיידל. טאַקע כ’לעבן, ווי וועדליק זי איז פֿון דער הינטער־גאַס, איז עס גאַנץ שיין‟. און אַלטע האָבן זיך געבענטשט, אַז גאָט זאָל איר צושיקן אַ ריכטיקן זיווג.
פֿאַר וואָס אַלע האָבן זי ליב געהאַט, איז נישט באַקאַנט: צי דערפֿאַר, ווײַל מענטשן האָבן טאַקע בטבֿע ליב פֿײַנע קינדער, ס׳הייסט אַזעלכע וואָס זײַנען שטיל, געזעצט, געפֿאַלן בײַ זיך און שטעכן נישט די אויגן מיט זייער קלוגשאַפֿט, וווילקענעוודיקייט אָדער גלאַט עזות; צי דערפֿאַר האָבן זי מענטשן ליב געהאַט, ווײַל זי איז געווען אַ „פֿאַרזעסענע‟ און מענטשן האָבן ליב אַזעלכע, וואָס מען קאָן אויף זיי רחמנות האָבן, זאָגן „נעבעך‟, קרעכצן און דאַרפֿן זיך דערבײַ דאָס האַרץ אויף אַן אמת נישט אָפּעסן. מענטשן קאָנען דעמאָלט ווײַזן, ווי גוט זיי זײַנען, — אָט רירט זיי אָן יענער.
דער אמת איז, די מענטשן אַליין האָבן נישט געוווּסט, פֿאַר וואָס זיי האָבן זי ליב און אין וואָס דאָס ליבשאַפֿט באַשטייט, ווײַל אַ סימן, אָט אַ שטייגער אַז מען האָט אָנגעהויבן צו שמועסן וועגן עפּעס אַ שידוך, וואָס ס’האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז ס׳וואָלט נישט געווען קרום — האָט מען שוין אָנגעהויבן זוכן אויף פֿלאָראַן חסרונות: זי איז פֿאָרט פֿון דער הינטער־גאַס, אַן עלטער מיידל, און אַ סך האָבן גערעדט מיט פֿאַרצויגענע ברעמען אין אַ שטילן קול:
„זי איז אַ פֿאַרביסענע‟…
נאָר אַז ס׳האָט זיך אויסגעלאָזט אַ טײַך פֿון דעם גליק, וואָס מען האָט געמיינט, אַז זי וועט כאַפּן, האָט מען אַ ביסל פֿרײַער אָפּגעזיפֿצט און אָנגעהויבן אויף איר צוריק צו האָבן רחמנות און צו קרעכצן: „פֿאָרט אַ פֿײַן מיידל‟.
נאָר פֿלאָראַ האָט עפּעס שטיל אין זיך אַרײַנגעשמייכלט. זי איז נישט געווען פֿײַן פֿון זייערט וועגן…
פֿלאָראַ האָט גאָרנישט אויסגעוויזן ווי אַ פֿאַרזעסענע. דאָס וואָס מענטשן, לאַנדסלײַט, וואָס געדענקען זי פֿון דער היים האָבן זיך געשוואָרן, אַז זי איז שוין בײַ די פֿערציק, דאָס האָט זיך אויף פֿלאָראַן נישט אָנגעזען. פֿלאָראַ איז געבליבן בײַם יונג־מיידלשן פּנים, גלאַט, בלאָלעך־ווײַס, אָן אַ קנייטשעלע. די גאָלדענע „ספּעקס‟ האָבן איר אַזוי געפּאַסט ווי תּמיד. מען האָט נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס זי קאָן נישט קריגן קיין חתן. ווער ס’האָט אויף איר געקוקט האָט זיך געמוזט דערמאָנען אין די באַרגבלומען, וואָס מען ברענגט אַהיים פֿון די בערג און וואָס שטייען דערנאָך אָפּ אין אַ גלאָז לעבעדיק חדשים־לאַנג.
פֿלאָראַ האָט נישט געוויאַנעט. זי איז טאַקע געווען ווי אַ באַרגבלום, וואָס עמעצער האָט אַרײַנגעשטעלט אין אַ גלאָז. נאָר פֿאַר וואָס זי איז אַזוי — האָט נאָר זי אַליין געוווּסט. ס׳איז געווען איר סוד.
די שווערע מאַסע יאָרן האָבן איר נישט געדריקט די פּלייצעס צו דער ערד. די פּלייצעס זײַנען געווען גלײַך און יונג, און אין קאָרסעט אָנגעטאָן. נאָר פֿאַר וואָס די פּלייצעס זײַנען געווען אַזוי גלײַך, און דאָס פּנים אירס אַזוי יונג און שיין — האָט נאָר זי געוווּסט.
שוין פֿופֿצן יאָר אַז זי אַרבעט אין אַ שאַפּ און באַקלאָגט זיך נישט. פֿאַר וואָס — ווייסט זי נאָר.
די מאַמע, אַ שטילע, אויך מיט אַזאַ יונג פּנים ווי זי, ווערט אַלע מאָל שוואַכער, און די ייִנגערע שוועסטער ווערט אַלע מאָל עלטער און מיאוסער, און אין שטוב איז דאָ זאָרג, זאָרג, זאָרג.
אָבער די זאָרג ליגט ווי אַ געבונדענער הונט אויף אַ קייט דאָרט אין שטוב, שאַ, שטיל. און ווען זי מאַכט אויף צו גרויס דאָס מויל, הייסט מען איר שטומען.
ווען נישט די ייִנגערע שוועסטער, וואָס איז נאָר צוויי יאָר ייִנגער — ווען נישט זי, וואָלט פֿלאָראַן גוט געווען אַזוי, אין איר פֿײַנקייט. אין איר אָרנטלעכקייט, וואָס לײַט בענטשן זי דערמיט.
נאָר די שוועסטער… אַ מאָל, צוריק מיט יאָרן, האָט זי קיין קאָפּ נישט אויפֿגעהויבן, נאָר מיט אַלדינגס געקוקט דער עלטערער שוועסטער אין מויל אַרײַן, געוואַרט שטילערהייט, אַז יענע זאָל פֿריִער חתונה האָבן, דערנאָך וועט מען אָנהייבן צו שמועסן וועגן איר. אָבער וואָס אַ יאָר זי איז עלטער געוואָרן, אַלץ מער איז זי געוואָר געוואָרן וועגן דעם, אַז ס׳איז אַמעריקע, און — ס’טרעפֿט זיך. וואָס ס’טרעפֿט זיך, האָט זי נאָך מורא געהאַט צו טראַכטן, נאָר ביסלעכווײַז, קודם פֿאַרשטעלט, און אַז די קריג איז געוואָרן שטאַרקער, האָט זי טאַקע פּשוט אַרויסגעזאָגט דאָס ערשטע מאָל, דאָס שווערסטע מאָל, איז עס שוין דערנאָך געגאַנגען לײַכט. אַלע מאָל איז זי עזותדיקער, שרײַענדיקער געוואָרן. געשריגן פֿלאָראַן „אַלטע מויד‟ און געשריגן, אַז זי וויל, זי וויל, זי וויל חתונה האָבן.
די מאַמע האָט זיך געקניפּן שטילערהייט אין די באַקן, געביסן זיך די נעגל און געוויינט, אַז אַן אַלמנה זאָל גאָרנישט געבוירן ווערן.
און פֿלאָראַ האָט פֿײַנערהייט געזאָגט דער שוועסטער, אַז זי שטייט איר נישט אין וועג; אויב עס מאַכט זיך איר עפּעס, מעג זי חתונה האָבן… און פֿון איר אייגן פֿײַנקייט זײַנען איר אַזש די טרערן געקומען אין די אויגן אַרײַן. נאָר די טרערן אויסגעווישט האָט זי אין אַ ווינקל, אַז קיינער זאָל נישט זען.
דערנאָך איז זי געוואָרן נאָך פֿײַנער.
פֿלאָראַ האָט געוווּסט, פֿאַר וואָס זי ווערט נאָך פֿײַנער. זי האָט געוווּסט פֿאַר וועמען זי ווערט נאָך פֿײַנער.
פֿלאָראַ איז געווען פֿײַן — פֿאַר איר זיווג.
שוין פֿון אַ סך יאָרן האָט זי געהאַט צו טאָן מיט איר זיווג. ס’האָט זיך איר אויסגעדאַכט, אַז דער זיווג שטייט ערגעץ הינטער אירע פּלייצעס און קוקט, און באַקוקט זי די אַלע יאָרן, ווי מען באַקוקט אַ כּלה, ווען מען פֿאָרט זיך צונויף דאָס ערשטע מאָל. איר זיווג שטייט און קוקט אויף איר, און אַז זי וועט נאָר אויפֿהערן צו זײַן פֿײַן אויף איין מינוט, וועט ער אַוועקגיין — נישט געפֿעלן די כּלה.
אַוודאי האָט זי געוואָלט אַ מאָל בייז ווערן, שעלטן, שעלטן, שעלטן, פֿאַרשעלטן יענעם אויף טויט, אויסדראַפּען די אויגן יענע, וואָס זײַנען נאָך נישט מיד געוואָרן צו פֿרעגן: „וואָס הערט זיך, גייסט שוין מיט אַ ׳בוי’?‟ אַוודאי האָט זיך פֿון איר געריסן די הינטער־גאַס, וווּ זי איז אויפֿגעוואַקסן; די קללות, די מיאוסע רייד, וואָס זי האָט זיך אָנגעהערט אין דער הינטער־גאַס, וואָס זי האָט אין זיך אײַנגעזויגן מיט דער מאַמעס מילך, ווײַל די מאַמע איז געווען אויך אַ הינטער־גאַסניצע פֿון דור־דורות. ס׳האָט זיך געריסן פֿון איר, נאָר דער זיווג האָט נישט געלאָזט, דער זיווג, וואָס איז איר נאָכגעגאַנגען פֿוסטריט, און זי באַקוקט און באַקוקט, ווי מען באַקוקט אַ כּלה.
און אַז דער זיווג איז איר נאָכגעגאַנגען הינטער די פּלייצעס — האָט זי נישט געזאָלט זײַן פֿײַן?…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.