אויב איר הייסט עליע, זענט איר געוויינטלעך אַן אונטערביגלער און וווינט אין דילענסי־סטריט. געוויינטלעך האָט איר אַ פֿרוי מיט זעקס קינדער און איר זענט שוין אַ ייִד אין די יאָרן.
פֿאַרדינען, פֿאַרדינען די עליעס (אַלס אַ ראַסע) זייער ווייניק. דאָס העכסטע וואָס אַן עליע פֿאַרדינט, איז 14 דאָלאַר אַ וואָך און מוז אַרבעטן ווי אַ פֿערד.
אַ גאַנץ אַנדער סאָרט מענטשן זענען די איציקס. אַן איציק איז געוויינטלעך אָדער אַ קראַוואַטן־מאַכער, אָדער אַ דיזײַנער. זייער ווייניק פֿון די איציקס זענען פֿאַרהייראַט. און די וואָס זענען יאָ פֿאַרהייראַט, ווינטשן זיך דעם טויט אַלע מינוט און אַלע רגע.
איציקס — אַלס אַ פֿאָלק — שטאַמען געוויינטלעך פֿון גאַליציע. אין פּוילן גייען זיי געוויינטלעך האַנט־אין־האַנט מיט די מאירס און מע רופֿט זיי דערפֿאַר איטשע־מאירס, כאָטש פֿיל פֿון זיי זענען גאַנץ אָנשטענדיקע מענטשן.
גליקלעכער ווי אַלע זענען די בערלס.
די דאָזיקע מענטשן זענען כּסדר פֿריילעך און אויפֿגעלעבט און סע אַרט זיי נישט וואָס מאָרגן וועט זײַן. דאָס ערגסטע וואָס סע קען זיך טרעפֿן מיט אַ בערל איז, אַז מע זאָל אים איבערפֿאָרן מיט אַן אויטאָמאָביל, אָדער ער זאָל שטאַרבן פֿון צו פֿיל… יאָרן. אָבער וואָס פֿאַר אַ באַדײַטונג האָט עס, אין פֿאַרגלײַך מיט די גליקלעכע מאָמענטן וואָס די בערלס געניסן בעת… זיי געניסן זיי?
צו אַן אַנדער קלאַס מענטשן, מיט אַ גאַנץ אַנדער פּסיכאָלאָגיע, געהערן די משהס, וועלוולס און שמואליקלעך. די דאָזיקע לײַטע פֿירן געוויינטלעך גרויסע געשעפֿטן און זענען קעגן אַ ייִדישן קאָנגרעס. אָבער אין אַלגעמיין זענען זיי נישט קיין שלעכטע מענטשלעך, נאָר אַ ביסל צו קאַרג אויפֿן גראָשן.
אינטערעסאַנט זענען אויך די לײַט, וואָס רופֿן זיך געצל, זעליק, שמעיהו, ישׂראל, פּינחס און גרשון. די דאָזיקע ייִדן זענען ס’רובֿ אין די פֿופֿציקער יאָרן און זייער ווייניק פֿון זיי האָבן געדינט אין מיליטער. פֿאַרהייראַטע זענען צווישן זיי דאָ זייער פֿיל און דאָס ביסל וואָס זענען נישט פֿאַרהייראַט, טוען אַ סך אויף פֿאַר פּאַלעסטינע. די ייִנגערע צווישן זיי זענען וואָלונטירן, היטל־מאַכער, שפּעקולאַנטן, גראָסערי־לײַט אאַז״וו.
ווייניקער פּאָפּולער פֿון זיי זענען די יאָסעלעך, אַבֿרהמלעך, יאַנקעלעך, דודלעך, חיימלעך און הערשעלעך. די דאָזיקע מענטשן שלאָפֿן זייער זעלטן אין דרויסן און בכלל זענען זיי גרויסע אָנהענגער פֿון קאַלאָשן, באַנקביכלעך, האַלדז־שאַליקלעך און אַנדערע גוטע זאַכן.
אַ יאָסעלע, אָדער אַ חיימל, אַז סע ווערט אַלט דרײַ יאָר, הייבט עס אָן טראַכטן פֿון אַ תּכלית, און בײַ 16 יאָר איז עס שוין אָדער אַ מלמד אין אַ קליין שטעטל, אָדער אַז נישט, פֿאָרט עס ערגעץ אַוועק און… מע ווייסט נישט וווּ עס איז אַהינגעקומען.
צווישן די מענטשן מיט וועלכע עס לוינט זיך צו באַקענען מעג מען אויך אַרײַנרעכענען די זאַנוולס, מענדלס, מעשלס, פֿײַוולס, נתנס, חנאס און אַנדערע פֿון דעם זעלבן סאָרט.
אָט דער קלאַס מענטשן שטאַמט געוויינטלעך פֿון אומעטום און זיי צייכענען זיך אויס דערמיט, וואָס זיי זענען בעסערע סטרײַקער ווי בעל־מלאָכות.
צווישן די פֿרויען זענען צום מיינסן פּאָפּולערן די אסתּרס, חנהס, שׂרהס, רבֿקהס, פֿייגעס, לאהס און דבֿורהס. דאָס איז אַ קלאַס פֿרויען מיט וועלכע די מענער מוזן זיך רעכענען. ס׳רובֿ פֿון די דאָזיקע פֿרויען זענען אַ מאָל געווען מיידלעך און — שיינע מיידלעך דערצו. מען קען זיי אָפֿט טרעפֿן אין די פּאַרקן, אויף די בעלער, בײַ קאָנצערטן און אומעטום וווּ בחורים קומען זיך צונויף.
ענלעך צו די אסתּרס און אַנדערע זענען אויך די ציפּעס, גנעשעס, חײַקעס, גיטעלעך, האָדלס, סאָשעס און גנענדלס. געוויינטלעך זענען זיי ווײַט נישט אַזוי יונג און ווײַט נישט אַזוי בלאָנד, ווי די וועלכע מיר האָבן דאָ פֿריִער אויסגערעכנט. שולדיק אין דעם זענען די אומשטאַנדן און די אַפּטייקער. אָבער אין אַלגעמיין זענען זיי זייער סימפּאַטיש און מען קאָן מיט זיי פֿאַרברענגען.
מער רייצנדיק ווי אַלע זענען די סאָניעס, דאָניעס, מאָניעס, פֿראָניעס, וועראַס — מיט זייער רוסישער אויסשפּראַך און מיט זייער ליבע צו פֿאַרשידענע בחורים, סײַ אַזעלכע און סײַ אַנדערע. די דאָזיקע מיידלעך זענען געוויינטלעך אינטעליגענט. טראָגן שליאַפּעס אַנשטאָט היטעלעך און אַרבעטן אָדער אין שנײַדער־שעפּער אָדער אין שפּיטעלער — אַלס קראַנקן־שוועסער, וועלכע מאַכן אַלעמען קראַנק מיט זייער ליבע.
זייער אַ פֿריילעכע דערשײַנונג אין דער ייִדישער גאַס זענען די בוירטיס, גוירדיס, קיידיס, ליליס, גאָסיס, פֿעניס, בעלאַס, בעסיס און לינעס. די דאָזיקע זענען כּמעט אַלע באַשעפֿטיקט אַלס טײַפּרײַטערינס, בוכהאַלטערינס און כאָריסטקעס. ס׳רובֿ זענען נאָך פֿולשטענדיק פֿאַרמיידלט, אָבער מאַנכע זענען אויך ס’קעגנטייל. אין אַלגעמיין טראָגן זיי געקרײַזלטע פּאהלעך און גיבן אָפּ זייער פֿרײַע צײַט אויף עסן שאָקאָלאַד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.