„צדק‟, די גרופּע וואָס רעדט אין נאָמען פֿון אויסטראַלישע ייִדן, וועלכע האָבן קינדווײַז געליטן סעקסועלע מיסברויכן, זאָגט, אַז זי שטיצט אונטער אַ נײַע פּעטיציע, וואָס רופֿט די מיטגלידער פֿון דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה צו רעזיגנירן פֿון זייערע אַמטן, ווײַל זיי האָבן נישט באַשיצט אַלע תּלמידים פֿון דער ישיבֿה־טאָגשול פֿון סעקסועלע פֿאַרברעכנס, און האָבן אַפֿילו געפּרוּווט אויסבאַהאַלטן פֿאַלן פֿון אַזעלכע מיסברויכן פֿון דער פּאָליציי.
די גרופּע „ייִדן פֿאַר יושר פֿאַר די געליטענע פֿון דער ישיבֿה‟ האָט צוגעגרייט אַ פּעטיציע, וואָס פֿאָדערט, אַז הרבֿ אַבֿרהם גליק, וואָס האָט געדינט ווי דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם ישיבֿה־קאָלעדזש, בעת די פֿאַרברעכנס זײַנען פֿאָרגעקומען במשך פֿון די שפּעט 1980ער יאָרן און די 1990ער יאָרן, און דאָן וואָלף, דער פֿאָרזיצער פֿונעם ישיבֿה־צענטער, זאָלן זיך אַנטשולדיקן פֿאַר די געליטענע, און אַז זיי זאָלן ביידע פֿאַרלאָזן אַלע געזעלשאַפֿטלעכע אַמטן זייערע.
די פּעטיציע ווערט פֿאַרשפּרייט אין מעלבורן במשך פֿון די חדשים סעפּטעמבער און אָקטאָבער. די פּעטיציע שטרײַכט אונטער, אַז ווי דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער טאָגשול און ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם צענטער, האָבן ביידע באַאַמטע געטראָגן דאָס אַחריות צו היטן און באַשיצן די תּלמידים אין דער טאָגשול.
דייוויד ציפּריס האָט געאַרבעט בײַם ישיבֿה־קאָלעדזש נאָך דעם, ווי ער האָט זיך דערקלערט שולדיק אין האָבן אָנטייל־גענומען אין אַן „אומפּאַסיקן איבערפֿאַל‟ איבער אַ בחור אין סט. קילדאַ אין 1991. ער איז אָנגעשטעלט געוואָרן בײַ דער ישיבֿה ווי אַ שומר, און דערנאָך ווי אַן אָנפֿירער פֿון דער טאָשולס יוגנט-גרופּע, און אַ קאַראַטע־לערער אין 1992. ציפּריס איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו זיצן אין טורמע, ווײַל ער האָט פֿאַרגוואַלדיקט אַ פֿופֿצן־יאָריקן בחור אין 1991. ער איז אויך באַגאַנגען „אומפּאַסיקע איבערפֿאַלן‟ איבער נאָך אַכט בחורים אין מעלבורן.
הרבֿ גליק האָט, צוערשט, געזאָגט אין אַ מעלבורנער געריכט, אַז ער האָט זיך ערשט דערוווּסט וועגן דעם ענין, נאָר אין 2012 האָט ער געזאָגט אין אַ מעלבורנער געריכט, אַז ער האָט יאָ געהערט קלאַנגען וועגן דעם, וואָס ס’איז פֿאָרגעקומען אין די אָנהייב 2000ער יאָרן. דער ריכטער האָט געמישפּט, אַז עס איז „אומגלייבלעך‟, אַז דער פֿאַרוואַלטער האָט נישט געוווּסט וועגן דעם סקאַנדאַל מיט יאָרן פֿריִער.
אַ צווייטער פֿאַרברעכער, דוד קרעמער, האָט געאַרבעט ווי אַ לערער אין דער ישיבֿה־טאָגשול צווישן 1989 און 1992. אין דער צײַט איז ער באַגאַנגען „אומפּאַסיקע איבערפֿאַלן‟ איבער פֿיר תּלמידים. דאָס איז באַוווּסט געוואָרן אין 1992, ווען די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער ישיבֿה האָט צוגעזאָגט צו באַצאָלן פֿאַר אַ בילעט פֿאַר קרעמערן צו פֿליִען קיין מדינת־ישׂראל בתּנאי, אַז ער זאָל גלײַך פֿאַרלאָזן מעלבורן. ער איז אַוועק און מע האָט נישט געמאָלדן דער פּאָליציי וועגן דעם ענין. קרעמער איז שפּעטער באַגאַנגען אַן ענלעכן איבערפֿאַל איבער אַ צוועלף־יאָריק ייִנגל. ער איז דערפֿאַר פֿאַרמישפּט געוואָרן צו זיצן פֿיר און אַ האַלב יאָר אין טורמע.
דער פֿאָרשטייער פֿון „ייִדן פֿאַר יושר פֿאַר די געליטענע פֿון דער ישיבֿה‟, פֿיליפּ ווײַנבערג, זאָגט, אַז די פּעטיציע איז שוין פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין דער מעלבורנער ייִדישער קהילה און, אַז אַ גרופּע אָנגעזעענע אויסטראַלישע רבנים שטיצן זי אונטער. ער האָט אונטערגעשטראָכן, אַז עס איז נישט מעגלעך, אַז דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער ישיבֿה־טאָגשול און דער פֿאָרזיצער פֿונעם ישיבֿה־צענטער זאָלן נישט זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן וווילזײַן פֿון די ישיבֿה־תּלמידים. די פּעטיציע טאַדלט זייער צוגאַנג צום ענין, זאָגנדיק, אַז „מיר זײַנען אויסער זיך וואָס איר האָט אַליין נישט אַנטשולדיקט זיך אָדער אָנגענומען אויף זיך דאָס אַחריות פֿאַר אײַערע ראָלעס אין עפּעס, וואָס איז דער שעדלעכסטער עפּיזאָד אין דער געשיכטע פֿון דער מעלבורנער ייִדישער קהילה.‟
אַז זשורנאַליסטן פֿון דער מעלבורנער טאָגצײַטונג The Age האָבן געפּרוּווט שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט דער ישיבֿה, איז קיינער נישט געווען גרייט צו רעדן מיט זיי וועגן דער פּעטיציע אָדער וועגן דעם סקאַנדאַל. „צדק‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אינפֿאָרמאַציע וועגן דער פּעטיציע אויף „פֿייסבוק‟ פֿאַר ראָש־השנה.
די ייִדישע וואָכנשריפֿט „די ייִדישע נײַעס‟ האָט נישט פֿאַרעפֿנטלעכט קיין אַרטיקלען וועגן דער פּעטיציע אין איר ראָש-השנהדיקן נומער, כאָטש זי האָט יאָ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בריוו אין דער רעדאַקציע, וואָס באַשולדיקט די ישיבֿה־טאָגשול אינעם פֿאַרעפֿנטלעכן איר נײַע סיסטעם פֿאַר רעכענען שׂכר-לימוד די וואָך, איידער ס’רובֿ מעלבורנער ייִדן האָבן דערוווּסט זיך וועגן דער פּעטיציע, כּדי צו פּרוּוון ציִען די אויפֿמערקזאַמקייט צו עפּעס פּאָזיטיווס, אַנשטאָט די נעגאַטיווע אינפֿאָרמאַציעס, וועלכע זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן וועגן דעם סעקסועלן סקאַנדאַל בײַ דער ישיבֿה במשך פֿונעם יאָר.
„פֿוסבאָל ניו־סאַוט וויילס‟ האָט באַערט דעם זשורנאַליסט אָדם בלאַו, וואָס שרײַבט וועגן ספּאָרט פֿאַר דער וואָכנשריפֿט „די אויסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟ מיט זײַן מעדיאַ־פּרעמיע פֿאַרן יאָר. ער איז ספּעציעל באַערט געוואָרן פֿאַר זײַן אַרבעט וועגן די „הכּוח־קלוב‟ פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿטן אינעם שטאַט ניו־סאַוט וויילס.
בלאַו האָט געזאָגט, אַז עס איז אַ גרויסער כּבֿוד פֿאַר אים צו באַקומען די פּרעמיע, און אַז עס איז נאָר געווען מעגלעך, אַז ער זאָל געווינען די פּרעמיע, כאָטש נאָך פֿופֿצן זשורנאַליסטן זײַנען אויך באַטראַכט געוואָרן, צוליב דער אונטערשטיצונג, וואָס ער באַקומט פֿון זײַן צײַטונג. דער פּרעזידענט פֿון „הכּוח־סידנעי‟ האָט געלויבט בלאַוען און האָט אונטערגעשטראָכן, אַז די מאַנשאַפֿטן האָבן דערוואָרבן פֿיל נײַע אונטערשטיצער זינט בלאַו האָט אָנגעהויבן שרײַבן וועגן זיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.