מענטשן ווערן ניט געבוירן מיט שׂינאה אין האַרצן. זיי שטעקן זיך אָן מיט איר פֿון אַנדערע מענטשן. ניט זעלטן וואָרצלט מען דעם מיקראָב פֿון שׂינאה אײַן מיט אַ כּיוון און אייניקע מאָל אומבאַוווּסטזיניק, די עלטערן צי די לערער…
– מאַלקאָלם היי (Malcolm Vivian Hay), שרײַבער, היסטאָריקער
צוויי דאָקטוירים פֿון אַ ישׂראלדיקן שפּיטאָל האָבן ניט לאַנג צוריק אַנטדעקט אַ נײַעם מיקראָב.
ווי עס קומט אָפֿט מאָל פֿאָר, האָבן זיי די אַנטדעקונג זייערע געמאַכט צופֿעליק, זוכנדיק די סיבה פֿון אַ געהירן־קראַנקייט בײַ אַ טוריסט פֿון רוסלאַנד. נאָך אַ שווערער אָפּעראַציע, אויסשנײַדנדיק פֿון די געהירן אַ געשווילעכץ, האָבן די דאָקטוירים געמאַכט שפּעטער אַן אַנאַליז פֿון אַן אויסגעשניטענעם שטיקל. פּלוצעם, צווישן שוין באַוווּסטע צעל־שטאָפֿן, האָבן זיי דערזען אין מיקראָסקאָפּ אַן אומבאַקאַנטן מיקראָב. דאָך, איז די ווירקונג, וואָס דער דאָזיקער מיקראָב האָט געהאַט אויפֿן מענטשלעכן אָרגאַניזם, ניט געווען קלאָר.
ווען דער אויסגעהיילטער פּאַציענט פֿון רוסלאַנד האָט זיך געזעגנט מיט די דאָקטוירים, וואָס האָבן אים אָפּערירט, האָט ער זיי שטיל געזאָגט: „כאָראָשאָ וואַם טוט זשידאַם זשיוויאָטסיאַ‟ — גוט וווינט זיך אײַך דאָ, זשידעס! און אין די אויגן זײַנע האָבן געפֿינקלט בייזע פֿײַערלעך. דאָ איז איינעם פֿון די דאָקטוירים אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק; ער האָט גערופֿן זײַן קאָלעגע אין דער לאַבאָראַטאָריע און האָט פֿאַרלאָשן דאָרט דאָס ליכט, געמאַכט אַ פֿולע פֿינצטערניש. אין דער פֿינצטערניש האָט ער געעפֿנט דאָס פּושקעלע מיט די אויסגעטיילטע מיקראָבן פֿון דעם געשווילעכץ. זיי, די מיקראָבן, האָבן געלויכטן מיט דעם זעלבן ליכט ווי די פֿײַערלעך אין די אויגן בײַ דעם רוסישן טוריסט…
די צוויי דאָקטוירים האָבן באַשטימט אָנצורופֿן דעם מיקראָב: Semitus־Anti. נאָר מע דאַרף דאָך ממשיך זײַן די אויספֿאָרשונגען פֿון דעם מיקראָב, וואָס איז אומבאַוווּסט דער וויסנשאַפֿט. האָבן זיי געוואָלט קריגן אַ שטיצע פֿון „אונעסקאָ‟. אויף זייער פֿאָרגעלייגטן פּראָיעקט האָבן די דאָקטוירים באַקומען אין גיכן פֿון דער „יו־ען‟־אָרגאַניזאַציע אַזאַ ענטפֿער: „געפֿינט בעסער בײַ אײַערע ישׂראלדיקע ייִדן דעם מיקראָב: Anti-Palestinus אאַז”וו…‟ די דאָקטוירים ווענדן זיך אין פֿאַרשיידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און פֿאָנדן. סוף־כּל־סוף, קריגן זיי אויף זייערע אויספֿאָרשונגען אַ געוויסע סומע געלט.
צוערשט, האָבן די אויספֿאָרשער געוואָלט שטעלן זייערע עקספּערימענטן אויף מאַלפּעס — חיות, וואָס זענען, לויט זייער אינטעלעקט, נאָענט צום מענטש. האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די מאַלפּעס קאָסטן אַ סך געלט, און אַז די אָרגאַניזאַציע פֿון „עטישע באַהאַנדלונג פֿון חיות‟, וואָלט די דאָקטוירים דערגאַנגען די יאָרן. וואָס זשע טוט מען?
בײַ איינעם פֿון אונדזערע העלדן איז געווען אַ פּאַציענט, וואָלאָדיע, אַ ייִד, וואָס האָט געשטאַמט פֿון אוקראַיִנע. דער וואָלאָדיע האָט געהאַט אין אַ קיבוץ אַ… חזיר־פֿערמע. האָט דער פּאַציענט פֿאָרגעלייגט די ביידע דאָקטוירים מאַכן די עקספּערימענטן אויף אַ גרופּע חזירים אין אַ באַזונדערער שטאַל. אַגבֿ, די חזירים לויטן אינטעלעקט, זענען צווישן די חיות, אויפֿן צווייטן אָרט נאָך די מאַלפּעס.
אין גיכן האָבן די דאָקטוירים אין אַ באַזונדערער שטאַל־לאַבאָראַטאָריע אָנגעשטעקט אַ 10־12 חזירים מיטן מיקראָב Anti-Semitus. נאָר דאָס איז געווען בלויז אַ טייל פֿון זייערע אויספֿאָרשונגען. דורכצופֿירן פֿילזײַטיק די וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט, האָבן זיי צוגעצויגן וואָלונטירן, ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. צוערשט, האָט מען גענומען פּראָבעס אויפֿן מיקראָב Anti-Semitus אין די לענדער, וווּ עס וווינען ניט קיין ייִדן, צי זייער צאָל איז דאָרטן גאָר קליין. לויט די רעזולטאַטן פֿון די אַנאַליזן זענען די דאָקטוירים געקומען צום אויספֿיר, אַז די אײַנוווינער פֿון די לענדער, ווי למשל, יאַפּאַן, אַפֿגאַניסטאַן און אַנדערע, וווּ עס וווינען ניט קיין ייִדן, טראָגן סײַ־ווי־סײַ אין זיך דעם מיקראָב Anti-Semitus, נאָר די מיקראָבן זײַנען פּאַסיוו, געפֿינען זיך אין אַ שלאָפֿנדיקן צושטאַנד. זיי, ווײַסינקע לויטן קאָליר, שלאָפֿן ווי זויג־חזירימלעך און זעען ליכטיקע אַנטיסעמיטישע חלומות.
דערווײַל זענען די אָנגעשטעקט חזירים אויף דער פֿערמע געוואָרן אַקטיוו. אויב אין דער שכנותדיקער שטאַל האָבן די מיטברידער זייערע בלויז געגעסן און געשלאָפֿן האָבן די אָנגעשטעקטע חזירים גערוישט און געשריגן און געקוויטשעט, געשטעלט זיך אויף די הינטערשטע פֿיסלעך. וואָסי? — די ייִדן גיבן זיי ניט קיין מאַראַנצן; דאָך, האָבן די חזירים פֿון דער צווייטער שטאַל באַקומען די פֿרוכטן יאָ! (אין ישׂראל ווייסן די חזירים אַ טאָלק אין מאַראַנצן)…
אויפֿן צווייטן עטאַפּ, האָט מען גענומען פּראָבעס בײַ די אײַנוווינער פֿון די לענדער, וווּ עס לעבן ייִדן; דאָך, איז די עקאָנאָמישע און סאָציאַלע לאַגע אינעם לאַנד אַ שוואַכע. די אַנאַליזן האָבן געוויזן, אַז די, אַ ביסל שוואַרץ געוואָרענע Anti-Semitus־מיקראָבן, בײַ אַ סך מענטשן פֿון אַזעלכע לענדער זענען אַקטיוו און פֿאַרמערן זיך גיך אינעם אָרגאַניזם. זיי באַוועגן זיך אַהין־אַהער, אַהין־אַהער, שטעלן זיך אויף די הינטערשטע מיקראָבן־פֿיסלעך, גלײַך ווי זיי וואָלטן געזוכט מאַראַנצן. אין די אויגן בײַ אַזעלכע מענטשן ברענען פּחדימדיקע פֿײַערלעך…
דערווײַל אויף דער חזירים־פֿערמע האָבן די חזירים געהאַט צוּוווּקס. די געבוירענע חזירימלעך זענען געשווינד געוואַקסן. אין גיכן האָבן זיי אַליין פֿון זיך אָנגעהויבן אויסשטעלן זיך, אויסשערענגעווען זיך אין קאָלאָנעס צו 20 חזירימלעך און מאַרשירן אין שטאַל, ווי אויף אַ פּאַראַד. די עלטערן זייערע, זיצנדיק אויף די זאָדעקעס, האָבן באַגריסט זייערע יורשים מיט די פֿאָדערשטע פֿיסלעך און אויפֿגערופֿן „כריו־כריו!‟ — און די מאַרשירנדיקע האָבן זיי געענטפֿערט: „כריאַ־כריאַ!‟
אויפֿן דריטן עטאַפּ האָבן די וואָלונטירן גענומען פּראָבעס בײַ די מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, אין דער צײַט, ווען ישׂראל פֿירט מלחמה אין עזה מיט „כאַמאַס‟. לויט די אַנאַליזן האָט מען געזען, אַז די, אַ ביסל ברוין געוואָרענע מיקראָבן Anti-Semitus, געפֿינען זיך בײַ אייניקע מענטשן פֿון אַ סך לענדער אין אייראָפּע און אַמעריקע אין אַ סופּער־אַקטיוון צושטאַנד. דאָס זעלבע בײַ ניט ווייניק הויכגעשטעלטע טשינאָווניקעס פֿון פֿאַרשיידענע „יו־ען‟־אָרגאַניזאַציעס. די מיקראָבן אין די אָרגאַניזמען מאַרשירן אין קאָלאָנעס, פּונקט ווי די חזירימלעך אויף דער פֿערמע אין קיבוץ. אפֿשר האָבן די מיקראָבן אויך עפּעס „געכריוקעט‟, נאָר דאָס האָט מען ניט געקאָנט, פֿאַרשטייט זיך, הערן.
דערווײַל, אויף דער חזירים־פֿערמע האָט דער בעל־הבית וואָלאָדיע, נאָך אַ הוליאַנקע זיך געוואָלט באַרימען פֿאַר זײַנע פֿרײַנד, מיט דער וויסנשאַפֿטלעכער לאַבאָראַטאָריע. פּונקט אין דער צײַט זענען די חזירים געווען סופּער־אַקטיוו. דאָס הייסט, אַז די Anti-Semitus־מיקראָבן האָבן מאַרשירט אין קאָלאָנעס אין די געהירן בײַ די חזירים, אין טאַקט מיט די מיקראָבן, האָבן מאַרשירט אין קאָלאָנעס די אונטערגעוואַקסענע חזירימלעך. און די גאַנצע שטאַל איז געווען פֿול פֿון געשרייען: „כריו־כריו!‟ — כריאַ־כריאַ!‟ — „כריו־כריו!‟ — „כריאַ־כריאַ!‟ — „כריו־כריו!‟ — כריאַ־כריאַ!‟
ווען די סופּער־אַקטיווע חזירים־קעמפֿער האָבן דערזען וואָלאָדיען און זײַנע פֿרײַנד, האָבן זיי זיך מיט די אויסגעשטשירעטע ציין און אַ קוויטשערײַ געוואָרפֿן צו זיי. פֿון אַ זײַט האָט זיך געקאָנט אויסווײַזן, אַז די צערודערטע חיות קוויטשען: „ביי זשידאָוו!…‟ — שלאָג די ייִדן!… דער, מיט אַ מאָל ניכטער געוואָרענער בעל־הבית און זײַנע פֿרײַנד, האָבן קוים באַוויזן צו אַנטלויפֿן און פֿאַרמאַכן נאָך זיך די שטאַל. ווען וואָלאָדיע איז געקומען צו זיך, האָט ער געהייסן זײַנע צוויי חזירניקעס, ניט-ייִדן קוילען אַלע חזירים פֿון דער שטאַל־לאַבאָראַטאָריע!…
איצט טראַכט איך, צי וועט זיך געפֿינען אַ מאָל אַ בעל־הבית, וואָס זאָל געבן אַ באַפֿעל זײַנע מיטהעלפֿער: „קוילעט די אַלע Anti-Semitus־מיקראָבן!” הלוואי…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.