ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

יאַנוש „קובאַ‟ מאָרגענשטערן
יאַנוש „קובאַ‟ מאָרגענשטערן

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 30, 2014, issue of October 24, 2014.

אַ זונטיק־פּראָגראַם אין אָנדענק פֿונעם רעזשיסאָר יאַנוש „קובאַ‟ מאָרגענשטערן

דער ייִדישער טעאַטער אין וואַרשע האָט אַ שיינעם מינהג: זונטיק־פּראָגראַמען, געווידמעט די גרויסע פּויליש-ייִדישע שאַפֿער. די זונטיק־פּראָגראַמען אין סעפּטעמבער זענען געווידמעט דעם גרויסן ייִדישן פֿילם־רעזשיסאָר יאַנוש „קובאַ‟ מאָרגענשטערן, וואָס איז זייער באַקאַנט אין פּוילן, אָבער, צום באַדויערן, ווייניק באַקאַנט אויף דער וועלט.

יאַנוש מאָרגענשטערן איז געשטאָרבן דעם 6טן סעפּטעמבער 2011 אין וואַרשע, אין עלטער פֿון 89 יאָר. מיר ווייסן, אַז זײַן טאַטע-מאַמע האָבן נישט איבערגעלעבט דעם חורבן. מאָרגענשטערן האָט אָבער ווייניק גערעדט אָדער געשריבן וועגן זײַן קאַמף צו בלײַבן לעבן בשעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע.

זײַן ערשטער גרויסער פֿילם DO WIDZENIA DO JUTRA — „ביז מאָרגן‟, וואָס ער האָט געמאַכט אין 1960, זעקס יאָר נאָכן ענדיקן די באַרימטע קינאָ־שול אין לאָדזש, האָט צו טאָן מיט דער נײַער אייראָפּע, וווּ יונגע לײַט געפֿינען נאָוואַטאָרישע מוזיק און ליבע אין די דזשעז־לאָקאַלן. דער פֿילם האָט גאָר נישט צו טאָן מיט דער פּײַנלעכער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון פּוילן בכלל און די פּוילישע ייִדן בפֿרט. דער פֿילם דערציילט די געשיכטע פֿון אַ ליבע צווישן אַ יונגן פּוילישן סטודענט און דער טאָכטער פֿונעם פֿראַנצויזישן קאָנסול אין גדאַנסק.

אַ יאָר שפּעטער, אין 1961, האָט מאָרגענשטערן יאָ געמאַכט אַ חורבן־פֿילם ”אַמבולאַנס”, אַן אויסנאַם אין זײַנע ווערק. דער פֿילם איז בלויז נײַן מינוט לאַנג, און מען קען אים זען אויף „יו-טוב‟. נאָך אַ סיבה, וואָס מאַכט אים זייער צוטריטלעך, איז דער פֿאַקט, וואָס במשך פֿון דעם גאַנצן פֿילם זאָגן די אַקטיאָרן נישט אַרויס קיין וואָרט. במילא דאַרף מען נישט קענען קיין פּויליש, כּדי צו פֿאַרשטיין דעם סיפּור־המעשׂה.

אַ גרופּע ייִדישע קינדער וואַרט אויף אַן אַמבולאַנס אין פֿעלד. אַן „עס־עס‟־מאַן און זײַן הונט באַוואַכן זיי. די קינדער שטייען לעבן זייער לערער און שפּילן זיך, ווי עס פּאַסט פֿאַר קינדער; אָבער מיר ווייסן דאָך, וואָס עס דערוואַרט זיי. דער אַמבולאַנס, ווי מאָרגענשטערן גיט אונדז צו פֿאַרשטיין, איז נישט קיין געוויינטלעכער אַמבולאַנס; ס’איז אַן אַמבולאַנס, וואָס פֿאַרגאַזט מענטשן. איינע פֿון די שרעקלעכסטע סצענעס אינעם פֿילם ווײַזט אונדז, ווי דער שאָפֿער, אַ דײַטשישער סאָלדאַט, גיסט פּאַמעלעך אַרײַן, אָן שום עמאָציעס, דעם בענזין אינעם מאָטאָר. דעם פֿילם באַגלייט מרדכי געבירטיגס ליד „קינדער יאָרן‟.

דער פֿילם האָט אין זײַן צײַט געמאַכט אַ געוואַלדיקן רושם, מעגלעך, צוליב דעם, וואָס ער איז אַזוי מינאָריש.

אין דער זונטיק־פּראָגראַם לכּבֿוד קובאַ מאָרגענשטערן באַטייליקט זיך דער באַקאַנטער פּוילישער רעזשיסאָר אַנדזשיי ווײַדאַ און מאָרגענשטערנס אַלמנה.


50### יאָר — „פֿידלער אויפֿן דאַך‟

לאָמיר בלײַבן בײַ דער קונסט־טעמע: דעם 22סטן סעפּטעמבער האָט מען אָפּגעמערקן פֿופֿציק יאָר זינט דער ניו-יאָרקער פּרעמיערע פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וואָס ווערט געשפּילט אויף דער גאַנצער וועלט, אין אַ סך גרויסע שטעט און וואַרשע בתוכם.

דער ייִדישער טעאַטער אין וואַרשע שפּילט לכּבֿוד דעם טעאַטראַלישן יובֿל דרײַ פֿײַערלעכע פֿאָרשטעלונגען פֿון דעם באַליבטן מוזיקל. מיר, די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן, ווייסן, אַז פֿאַר דער בראָדוויי־פֿאָשטעלונג „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ איז געווען די פּיעסע „טובֿיה דער מילכיקער‟, וואָס שלום־עליכם אַליין האָט באַאַרבעט פֿאַר דער בינע. אַגבֿ, אַפֿילו צווישן די ייִדישע אַקטיאָרן האָב איך געטראָפֿן אַזעלעכע, וואָס מיינען, אַז שלום־עליכם האָט אָנגעשריבן בלויז די טובֿיה־מאָנאָלאָגן, און ערשט דערנאָך האָבן אַנדערע זיי באַאַרבעט פֿאַר דער בינע.

שלום־עליכם אַליין האָט נישט געהאַט די זכיה צו זען זײַן פּיעסע אויף דער בינע. ער איז געשטאָרבן אין עלטער פֿון 57 יאָר אין אַ שווערן פֿינאַנציעלן און פֿיזישן מצבֿ. אַגבֿ, האָט אַנ-סקי געהאַט דעם זעלבן גורל. ער איז אויך געשטאָרבן אין עלטער פֿון 57 יאָר, און האָט נישט זוכה געווען צו זען זײַן „דיבוק‟ אויף דער בינע.

די סיבה איז זייער אַ פּשוטע. אין ייִדישן טעאַטער, אַנדערש ווי אין דעם ענגלישן אָדער פֿראַנצויזישן טעאַטער, זענען די דעה־זאָגער געווען און געבליבן די אַקטיאָרן, און נישט די אמתע שאַפֿער, די שרײַבער, די דראַמאַטורגן. אַקטיאָרן האָבן פֿײַנט נײַע פּיעסן. צו וואָס ריזיקירן און שפּילן אַ נײַע פּיעסע, אַז מען קען שפּילן אַן אַלטן, זיכערן שלאַגער? שוין אָפּגערעדט, אַז די אַלטע פּיעסן קענען זיי שוין אויף אויסנווייניק און מע דאַרף זיך נישט ברעכן די ציין מיט אַ נײַעם טעקסט.

און איצט אַ קליינער סוד: די אַקטיאָרן זענען דאָס רובֿ קנאַפּע מבֿינים אויף ליטעראַטור און דראַמע. „טובֿיה דער מילכיקער‟ און „דער דיבוק‟ זענען זיי בײַם אָנהייב שטאַרק נישט געפֿעלן געוואָרן. די אַקטיאָרן אין ייִדישן טעאַטער האָבן געטענהט, אַז קיינער וועט נישט קומען זען אויף דער בינע עפּעס אַ פֿרומען ייִד, אַן אָרעמאַן, ווי טובֿיה, אָדער אַן אַלטן רבי, ווי דער מיראָפּאָלער צדיק.

אין ביידע פּיעסן זענען נישטאָ קיין ליבע־סצענעס, מען קושט זיך נישט, מען שלאָגט זיך נישט, מען טוט ווייניק און מען רעדט אַ סך.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.