דער אונגערישער פּרעמיער־מיניסטער, וויקטאָר אָרבאַן, האָט פֿאַרווערט די עקסטרעם־רעכטע קאָנפֿערענץ, וועלכע מע האָט פּלאַנירט דורכצופֿירן אין בודאַפּעשט. מאָנטיק, דעם 29סטן סעפּטעמבער, האָט די אָפֿיציעלע וועבזײַט פֿון דער רעגירונג איבערגעגעבן, אַז מיט אַ טאָג פֿריִער האָט דער פּרעמיער געהייסן דעם אינערן־מיניסטער, שאַנדאָר פּינטער, „אויסצונוצן אַלע מעגלעכע געזעצלעכע מאָסמיטלען‟, כּדי אָפּצושטעלן די „עקסטרעמיסטישע און ראַסיסטישע‟ אונטערנעמונג, וואָס דער „אינסטיטוט פֿון נאַציאָנאַלער פּאָליטיק‟ קלײַבט זיך צו אָרגאַניזירן דעם 3־5טן אָקטאָבער.
דער „אינסטיטוט‟ איז אַ נאַציאָנאַליסטישע אָרגאַניזאַציע מיטן צענטער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס פּרעדיקט די אויבערהאַנט פֿון דער ווײַסער ראַסע. די פּלאַנירטע קאָנפֿערענץ הייסט „די צוקונפֿט פֿון אייראָפּע — פּערספּעקטיוון וועגן געאָפּאָליטיק, אידענטיפֿיקאַציע און נאַציאָנאַליזם‟.
צווישן די פֿאַרבעטענע רעדנער זענען מאַרטאָן דיאָנדיאָשי פֿון דער אונגערישער פֿאַשיסטישער פּאַרטיי „יאָביק‟ און אַלעקסאַנדער דוגין, אַ רוסישער פּאָליטאָלאָג און טעאָרעטיקער פֿון רעכטע אידעאָלאָגיעס, וואָס דער אונגערישער מיניסטעריום פֿון אויסערן־ענינים און האַנדל האָט אים געשילדערט ווי אַ „רוסישן נאַציאָנאַליסט, וועלכער איז באַקאַנט ווי אַ ראַדיקאַלער ראַסיסט און אַ שׂונא פֿון אוקראַיִנע‟.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט דער אונגערישער אויסערן־מיניסטעריום באַטאָנט, אַז מע טאָר נישט דערלאָזן אַן אַמעריקאַנער עקסטרעם־ראַסיסטישער אָרגאַניזאַציע דורכצופֿירן אַזאַ סתּירותדיקע קאָנפֿערענץ בשותּפֿות מיט די רוסישע רעכטע ראַדיקאַלן. דער מיניסטעריום האָט צוגעגעבן, אַז אַזאַ אונטערנעמונג וואָלט געבראַכט אַ היזק דער אינטערנאַציאָנאַלער רעפּוטאַציע פֿונעם לאַנד.
זונטיק בײַנאַכט, האָט דער סתּירותדיקער „אינסטיטוט‟ געמאָלדן אויפֿן „טוויטער‟, אַז נישט געקוקט אויף דער טעטיקייט פֿון די קעגנער, וועט מען נישט קאָנען אָפּשטעלן די פּלאַנירטע אונטערנעמונג. „זיי וועלן לײַדן אַ מפּלה, און מיר וועלן געווינען‟. נישט געקוקט אויף דער קעגנערשאַפֿט פֿון דער אונגערישער רעגירונג, קלײַבן זיי זיך ווײַטער דורכצופֿירן דעם צוזאַמענטרעף.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.