צווישן די באַרימטע אַמביציעזע און דערפֿאָלגרײַכע פֿרויען קאָן מען זיך דערמאָנען די וויסנשאַפֿטלערין מאַריע קיורי, די אַוויאַציע־פּיאָנירין אַמעליאַ ערהאַרד, אָדער עלינאָר רוזעוועלט — די אַמעריקאַנער „ערשטע פֿרוי‟, דאָס ווײַב פֿונעם פּרעזידענט פֿראַנקלין רוזעוועלט, אַ גרויסע קעמפֿערין פֿאַרן סאָציאַלן יושר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אַן אַנדער אַמביציעזע יחידה איז געווען אַלטינאַ שינאַסי — אַ חידושדיקע מאָלערין און סקולפּטאָרין, אַ קינאָ־פּראָדוסערין און אַן „אָסקאַר‟־נאָמינאַנטקע, אַ דערפֿינדערין, אַ געשעפֿט־דירעקטאָרין, אַ שטיצערין פֿון מאַרטין לוטער קינג און אַ פֿאַרטיידיקערין פֿון די פּליטים, וואָס זענען אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע פֿון די נאַציס. איר אייניקל, פּיטער סאַנדערס, דערציילט וועגן איר אין זײַן 78־מינוטיקן דאָקומענטאַלן פֿילם „אַלטינאַ‟. אין סעפּטעמבער זענען פֿאָרגעקומען די פּרעמיערעס אין ניו־יאָרק און בעווערלי־הילס, קאַליפֿאָרניע. אין גיכן וועט מען ווײַזן דעם דאָקומענטאַר אין וואַשינגטאָן.
אַלטינאַ שינאַסי מיראַנדאַ איז געבוירן געבוירן אין ניו־יאָרק, אינעם יאָר 1907, און איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ריזיקן מאַרמאָרנעם פּאַלאַץ מיט 12 צימערן אינעם צפֿון־מערבֿדיקן טייל פֿון מאַנהעטן. דאָס הויז שטייט נאָך אַלץ צווישן ריווערסײַד־דרײַוו און דער 107טער גאַס.
איר טאַטע, מאָריס שינאַסי, איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע ווי אַן אָרעמער ספֿרדישער אימיגראַנט פֿון טערקײַ. ווען די אַמעריקאַנער פֿלעגן נאָך צונויפֿראָלן אייגענע סיגאַרעטן, האָט ער דערפֿונדן אַ ספּעציעלע סיגאַרעט־מאַשין און געשאַפֿן אַ פֿירמע, וואָס האָט פֿאַרקויפֿן סיגאַרעט־פּעקלעך מיט אַ שטאַרקן מיזרחדיקן טאַבעק. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער גרינדעט פֿון דער פֿירמע האָט נישט געקאָנט לייענען אָדער שרײַבן קיין ענגליש, האָט ער פֿליסיק גערעדט אויף אַכט שפּראַכן און אויפֿגעשטעלן אַ ריזיקע געשעפֿט־אימפּעריע.
זײַן טאָכטער, אַלטינאַ אָדער טינאַ, האָט אַרויסגעוויזן אַ גרויסן טאַלאַנט ווי אַ קינסטלער און דעקאָראַטאָר. אין עטלעכע פֿריִיִקע פּראָיעקטן האָט זי מיטגעאַרבעט מיטן באַרימטן סוררעאַליסט סאַלוואַדאָר דאַלי. אירע „קעצישע‟ ברילן האָבן אויסגענומען אין גאַנץ אַמעריקע, און זי האָט געשאַפֿן אַן אייגענע קאָמפּאַניע פֿון ברילן־ראַמען. אויף אירע בילדער האָבן משפּיע געווען פּיקאַסאָ און שאַגאַל. דערנאָך האָט זי זיך פֿאַרנומען מיט חידושדיקע סקולפּטור־פּראָיעקטן.
אין די 1940ער יאָרן, האָט שינאַסי זיך באַזעצט אין לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ זי האָט זיך פֿאַרנומען מיט דאָקומענטאַרן. איר ערשטער פֿילם וועגן דײַטשלאַנד צווישן די צוויי וועלט־מלחמות האָט געוווּנען אַן „אָסקאַר‟־נאָמינאַציע און דעם פּרעסטיזשפֿולן „גאָלדענעם אָדלער‟ אויפֿן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין ווענעדיק. שפּעטער, אין די 1950ער און 1960 יאָרן, האָט זי זיך באַפֿרײַנדעט מיט מאַרטין לוטער קינג און פּלאַנירט צו שאַפֿן אַ דאָקומענטאַר וועגן אים; דאָס האָט זיך אָבער נישט אײַנגעגעבן, ווײַל אין יענער תּקופֿה איז די טעמע געווען צו קאָנטראָווערסאַל.
במשך פֿון איר לעבן, האָט שינאַסי געביטן אַ גאַנצע ריי פֿאַמיליע־נעמען, נאָך פֿיר חתונות מיטן אַרכיטעקט מאָריס סאַנדערס, קאָנצערט־פּיאַניסט און דאָקטער עריק באַרעט, איר מיט־פּראָדוסער טשאַרלז קערי און סעלעסטינאָ מיראַנדאַ, אַ מאָלער פֿון קובאַ, וועלכער פֿאַרנעמט אַ באַזונדער מערקווירדיק אָרט אינעם פֿילם. זײַענדיק אַ סך ייִנגער פֿון זײַן פֿרוי, וועלכע איז שוין געווען אין אירע 70ער בעת דער חתונה, דערציילט ער בפֿירוש אינעם דאָקומענטאַר, אַז זי איז „געווען אַ הייסע און אַ סעקסועלע ווי אַ 25־יאָריק מיידל‟.
במשך פֿון די לעצטע צען יאָר, ביז איר טויט אין 1999, האָבן שינאַסי און מיראַנדאַ געוווינט אין סאַנטאַ פֿע, שטאַט ניו־מעקסיקאָ. אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט דאָס אייניקל פֿון דער קינסטלערין דערציילט, אַז זי האָט שטאָלצירן מיט איר ייִדישן אָפּשטאַם, אָבער געווען ווײַט פֿון רעליגיע. אינעם פֿילמירן דעם דאָקומענטאַר, וועלכער האָט אָפּגעקאָסט בערך 250,000 דאָלאַר און פֿאַרנומען 5 יאָר אַרבעט, האָט אויך געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אַן אַנדער אייניקל פֿון דער הויפּט־העלדין, וויקטאָריאַ שינאַסי, וועלכע האָט צוגעטראַכט די קאָנצעפּציע און אַ גרויסן טייל פֿונעם סוזשעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.