כאָטש די ייִדן באַטרעפֿן בלויז 2% פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג, זײַנען מיר שוין לאַנג צוגעוווינט צו זען אַ סך ייִדישע פּנימער אויפֿן גרויסן עקראַן. דער חלק פֿון די ייִדן אין האַליוווּד, ווי אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן, שרײַבער פֿון סצענאַרן אאַז”וו, איז אַ מעשׂה, וואָס ציט זיך שוין הונדערט יאָר. ווייניקער באַקאַנט איז דער ייִדישער חלק אינעם אויפֿקום פֿון דער מאָדערנער פּאָפּולערער מוזיק, ניט דווקא ווי זינגער אָדער מוזיקער, נאָר ווי פּראָדוצענטן, אַגענטן און קולטור־פֿאַרמיטלער.
אַ גוטן בײַשפּיל זעען מיר אינעם נײַעם ביאָגראַפֿישן פֿילם וועגן דעם גרויסן שוואַרצן זינגער דזשיימס בראַון, „שטיי שוין אויף‟ (Get On Up): סײַ בראַונס אַגענט, בען באַרט, סײַ זײַן פּראָדוצענט, סיד נייטן, טראָגן זייער ייִדישקייט אויפֿן פּנים. אין איין סצענע (אַגבֿ, אַן אויסגעטראַכטע) קומט בראַון אויף באַרטס לוויה און שופֿלט אַ ביסל ערד אַרײַן אין קבֿר, לויטן ייִדישן מינהג. ייִדן ווי באַרט און נייטן האָבן געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אין פּאָפּולאַריזירן די שוואַרצע מוזיק צווישן דער אַלגעמיינער ווײַסער באַפֿעלקערונג, ווי אויך אין דער אַנטוויקלונג פֿון די מאָדערנע מוזיק־זשאַנערס ווי „ראָק‟, „ריטעם און בלוז‟ און „סאָול‟ (נשמה).
די ייִדן איז אויסגעקומען צו שפּילן די דאָזיקע פֿאַרמיטלער־ראָלע, אַ דאַנק זייער ספּעציעלן סטאַטוס אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט ווי „כּמעט ווײַסע‟, און אויך צוליב זייער לאַנגער געשיכטע ווי הענדלער. די היסטאָריקער באַטראַכטן די 1940ער ביז אין די מיט־1960ער יאָרן ווי אַ „גאָלדענע תּקופֿה‟ אין די באַציִונגען צווישן די ייִדן און די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, ווען די צוויי גרופּעס האָבן געהאַט אַ סך בשותּפֿותדיקע אינטערעסן. ביידע האָבן זיי געליטן פֿון דיסקרימינאַציע מצד דער ווײַסער מערהייט אין עקאָנאָמישן און סאָציאַלן לעבן; ביידע זײַנען געווען אויסגעשלאָסן, אין אַ גרויסער מאָס, פֿון די בעסטע אוניווערסיטעטן, וווין־ערטער און אַרבעטפּלעצער.
פֿון דעסטוועגן, איז די ייִדישע לאַגע אין אַמעריקע ניט געווען צו פֿאַרגלײַכן מיט דער שוואַרצער, און ביידע צדדים האָבן דעם פֿאַקט זייער גיך אײַנגעזען. היסטאָריש געזען, האָבן די ייִדן באמת גרויס מזל, וואָס עס וווינען דאָ אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, ווי עס האָט אַ מאָל אָנערקענט מאַקס ווײַנרײַך אין אַ רעדע פֿון 1945: „מסתּמא, וועט דער ייִד ניט ווערן דער זינדבאָק אין דעם דאָזיקן לאַנד, ווײַל ס׳איז דאָ אַן אַנדער אָביעקט פֿאַרן מענטשנס באַגער צו טרעטן אויף עמעצן, דהײַנו: דער נעגער‟.
אין די יאָרן נאָך דער מלחמה האָבן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן זיך אינטעגרירט און מיט אַ געוואַלדיקער גיכקייט זיך אַרויפֿגעאַרבעט צום מיטלשטאַנד, אויב נישט נאָך העכער. זיי האָבן אויך גענאָסן פֿון נײַע סימפּאַטיעס און שולדגעפֿילן נאָכן חורבן מצד דער ווײַסער מערהייט. די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, ווידער, האָבן זיך ווײַטער געראַנגלט מיטן דלות און מיט דער סאָציאַלער אויסשליסונג צענדליקער יאָרן, אין אַ געוויסער מאָס ביזן הײַנטיקן טאָג.
דעריבער איז אפֿשר ניט קיין חידוש, וואָס אין אַ סעקטאָר פֿון דער שוואַרצער אָרעמשאַפֿט האָבן זיך פֿאַרשפּרייט געפֿילן פֿון פֿאַרדראָס און קינאה צו די ייִדן. פֿאַקטיש זײַנען די ייִדן געוואָרן די נײַע בעלי־בתּים, אַ טייל פֿונעם עסטאַבלישמענט, און טראָגן אַ גרעסער אַחריות פֿאַר דער אומגערעכטער פֿאַרטיילונג פֿון רעסורסן אין דער געזעלשאַפֿט. אויך אינעם ישׂראל־קאָנפֿליקט האָבן אַ סך אַפֿראָ־אַמעריקאַנער סימפּאַטיזירט די פּאַלעסטינער, וואָס זיי האָבן באַטראַכט ווי אַ באַעוולט ניט־ווײַס פֿאָלק, וואָס ווערט קאָלאָניזירט פֿון ווײַסע אייראָפּעער.
דזשיימס בראַון האָט אַליין בײַגעטראָגן צום אויפֿקום פֿונעם נײַעם „שוואַרצן נאַציאָנאַליזם‟, מיטן ליד „זאָגט עס הויך — איך בין שוואַרץ און שטאָלץ‟ (Say It Loud - I’m Black and I’m Proud), וואָס איז אַרויס אין 1968. פֿאַר דעם האָבן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, געוויינטלעך, געהייסן „נעגער‟ (Negroes), נאָך דעם — שוין „שוואַרצע‟ (Blacks). ער האָט אין די מיט־1960ער יאָרן געשאַפֿן אַ נײַעם זשאַנער, „פֿאָנק‟, וואָס האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דער שוואַרצער מוזיק. אָבער קיין ייִדישער „פֿאָנק‟, אָדער קיין וויכטיקע ייִדישע פֿאַרבינדונג צו „פֿאָנק‟, איז שוין ניט געווען.
ס׳וואָלט געווען צו פּשוט צו האַלטן, אַז די שפּאַלטונג צווישן די ייִדן און די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער איז געקומען נאָר צוליב דער ייִדישער הצלחה. מע דאַרף זיך אויך רעכענען מיטן ייִדישן ראַסיזם, כאָטש מסתּמא ווייניקער ווי בײַ ס׳רובֿ אַנדערע עטנישע גרופּעס. איך קען ניט ברענגען קיין ראַיות פֿון דער סאָציאָלאָגישער פֿאָרשונג, אָבער מיר דאַכט זיך, פֿון פּערזענלעכער דערפֿאַרונג, אַז דער ראַסיזם איז נאָך אַלץ אַ בולטער שטריך פֿון דער חרדישער קולטור. בכלל האָבן די פֿרומע ייִדן ניט שטאַרק ליב די גויים, אָבער ספּעציעל ניט - די שוואַרצע גויים. קען זײַן, אַז דאָס קומט אויך פֿון דעם, וואָס אונדזערע חרדים באַהאַלטן ניט זייער ייִדישקייט און פֿילן אָפֿטער דעם שוואַרצן אַנטיסעמיטיזם. וווינענדיק צוויי יאָר אין באָראָ־פּאַרק, געדענק איך, אַז איך האָב נאָר איין מאָל געזען אַ שוואַרצן מענטש, וואָס האָט זיך מסתּמא פּשוט פֿאַרבלאָנדזשעט אַהין.
ניין, צוויי מאָל: בײַ קאַרלין־סטאָלין געדענק איך אַ שוואַרצן גר, וואָס איז געווען אָנגעטאָן פּונקט ווי די אַנדערע חסידים. אין אַמעריקע, וווּ 90% פֿון די ייִדן זײַנען אַשכּנזים, איז צו גרינג צו מיינען, אַז די ייִדן זײַנען טאַקע „ווײַס‟. פֿאַקטיש, געהערן מיר צו אַלע ראַסעס פֿון דער וועלט, און דווקא אין ניו־יאָרק זײַנען פֿאַראַן גאַנצע קהילות פֿון שוואַרצע ייִדן.
ס׳איז צו אָפּטימיסטיש צו האָפֿן, אַז ס׳וועט זיך באַנײַען דער ייִדיש־שוואַרצער קולטורעלער סימביאָז, וואָס האָט געשאַפֿן דזשיימס בראַון און זײַן דור מוזיקער. די ייִדן און די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער וווינען ניט מער אין די זעלבע געגנטן, אַרבעטן ניט מער אויף די זעלבע געביטן, לײַדן ניט מער פֿון די זעלבע צרות. אָבער מיר דוכט זיך, אַז ביידע גרופּעס זײַנען פֿון דעם פֿאַראָרעמט געוואָרן, כאָטש קולטורעל. ס׳וואָלט זיך געפֿאָדערט אַ גרויסער קינסטלער, צו שאַפֿן דעם ייִדישן „פֿאָנק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.