דעם 11טן סעפּטעמבער איז אַ פֿולער אויטאָבוס מיט די דעלעגאַטן פֿון דער ייִדישער בילדונג־אָרגאַניזאַציע „לימוד‟ אָנגעקומען קיין גלובאָקאָיע — אַ קליין שטעטל אין ווײַסרוסלאַנד. מיט עטלעכע טעג פֿריִער, איז אינעם לאַנד פֿאָרגעקומען אַ „לימוד‟־קאָנפֿערענץ, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט אַ צאָל זשורנאַליסטן און חשובֿע געסט. שפּעטער האָבן זיי באַזוכט דאָס אָרט, וווּ אליעזר בן־יהודה, דער „פֿאָטער‟ פֿונעם מאָדערנעם העברעיִש, האָט פֿאַרבראַכט אַ וויכטיקן טייל פֿון זײַן לעבן.
אליעזר פּערלמאַן, באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים „בן־יהודה‟, איז געבוירן געוואָרן אין לוזשקי, אַ שטעטל אין דער וויטעבסקער גובערניע, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון גלובאָקאָיע (אויף ווײַסרוסיש — הליבאָקאַיע), וווּ זײַן ווײַב איז געבוירן געוואָרן און וווּ ער האָט זיך געלערנט. ווי דער שטייגער איז געווען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן אַ טייל דעלעגאַטן געמיינט, אַז די פֿאָרשטייער פֿון דער אָרטיקער אַדמיניסטראַציע וועלן זיי באַגריסן אינעם שטאָטס־זאַל מיט אַן אָפֿיציעלער סעודה און, פֿירן באַזוכן דעם ראַיאָן־מוזיי. למעשׂה, איז אַרויסגעקומען אַ פֿרויען־אָרקעסטער מיט אַ גאַנצער כאָפּטע שיינע 20־יאָריקע מוזיקאַנטקעס, אָנגעטאָן אין קורצע רויט־ווײַסע קליידלעך און הויכע ווײַסע שטיוול.
הגם ס׳איז שוין געווען סעמפּעמבער, איז אין ווײַסרוסלאַנד געווען שטאַרק הייס. איינע פֿון די יונגע פֿרויען האָט שיִער נישט געחלשט פֿאַר היץ; די דיריגענטקע האָט באַצײַטנס באַמערקט, אַז דאָס מיידל הייבט אָן פֿאַלן, און האָט זי אַוועקגעפֿירט פֿון דער גאַס. מיט עטלעכע מינוט שפּעטער, האָט פּלוצעם געחלשט אַן אַנדער אָנטיילנעמערין פֿונעם אויפֿטריט.
דער גובערנאַטאָר און דרײַ אָרטיקע פֿרויען האָבן באַגריסט די דעלעגאַציע מיט אַ ריזיקן לאַבן ברויט, אָפּגעבאַקן אין דער פֿאָרעם פֿון אַ זונרויז — אַ סימבאָל פֿון דער ווײַסרוסישער גאַסטפֿרײַנדלעכקייט.
גיל חובֿבֿ, אַן אוראייניקל פֿון בן־יהודה און אַ באַקאַנטער ישׂראלדיקער שעף־קעכער, האָט דערציילט וועגן זײַן באַרימטן עטלער־זיידן און באַמערקט, אַז ווען דער שאַפֿער פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער שפּראַך האָט זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל, האָט ער במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט זיך געפֿילט אָפּגעפֿרעמדט. די קריטיקער און בפֿירושע שׂונאים פֿון זײַן פּראָיעקט האָבן זיך מיט אים כּסדר געקריגט.
אין גלובאָקאָיע, אַ שטאָט מיט 18 טויזנט תּושבֿים, ווערט בן־יהודה באַטראַכט ווי אַן אָרטיקע באַרימטע פּערזענלעכקייט. אינעם יאָר 2010 האָט מען דאָרטן אויפֿגעשטעלט אַ דענקמאָל, וואָס שילדערט אים ווי אַן אַנטשלאָסענער, כּמעט אַ מיליטאַנטישער, מענטש. די מיטצײַטלער האָבן זיך דערמאָנט, אַז בן־יהודה האָט טאַקע אָפֿט געהאַט אַזאַ פּנים.
איך האָב געפֿרעגט באָריס גערסטען, דער פֿאָרזיצער פֿונעם „ווײַסרוסישן פֿאַראיין פֿון ייִדישע עפֿנטלעכע אָרגאַניזאַציעס און קהילה‟, פֿאַרוואָס האַלטן די אָרטיקע תּושבֿים בן־יהודה פֿאַר אַזאַ וויכטיקער פֿיגור? דער ייִדישער כּלל־טוער האָט דערקלערט, אַז די ווײַסרוסן, וואָס לײַדן פֿון סאַנקציעס מצד דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און וווינען אין אַ לאַנד, וואָס ווערט צומאָל געשילדערט ווי די „לעצטע דיקטאַטור אין אייראָפּע‟, נוצן אויס יעדע געלעגנהייט, כּדי צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט דער וועלט און צו טרעפֿן זיך מיט די אויסלענדער. אַזוי צי אַזוי, דאַכט זיך מיר, אַז בן־יהודה אַליין וואָלט אָפּגעשאַצט דעם אינטערעס צו זײַן טעטיקייט אינעם לאַנד, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.