וואָס יום־כּיפּור האָט באַטײַט פֿאַר דער חסידישער פֿרוי

What Yom Kippur Meant to One Hasidic Woman

פֿרימעט גאָלדבערגער טראָגט דאָס געשטיקטע ווײַסע שטערצל, אַ מתּנה פֿון דער שוויגער, בעתן צינדן די שבת־ליכט
COURTESY OF FRIMET GOLDBERGER
פֿרימעט גאָלדבערגער טראָגט דאָס געשטיקטע ווײַסע שטערצל, אַ מתּנה פֿון דער שוויגער, בעתן צינדן די שבת־ליכט

פֿון פֿרימעט גאָלדבערגער (Forward)

Published October 02, 2014, issue of October 24, 2014.

אויף דער העכסטער פּאָליצע אין אונדזער סאַלאָן שטייט אַ פּסחדיק מצה־ברעטל און ־דעקל, אַ ווײַס טישטעך פֿאַר דער סוכּה, און אַ ווײַס פֿאַרטעך. דאָס איז אָבער נישט סתּם אַ פֿאַרטעך, נאָר מײַן ווײַס שערצל — אַ קורץ, געשטיקט באַוועלן פֿאַרטעכל, וואָס יעדע חסידישע פֿרוי האָט בײַ זיך אין שטוב.

איך האָב מײַנס באַקומען מיט 11 יאָר צוריק ווי איינע פֿון די געוויינטלעכע מתּנות, וואָס מײַן צוקונפֿטדיקע שוויגער און חתן האָבן מיר געשאָנקען בשעת דער זעקס־חדשמדיקער פֿאַרקנסונג. חסידישע פֿרויען טראָגן דאָס ווײַסע שערצל בײַם בענטשן די שבת־ליכט. דאָס ערשטע מאָל וואָס איך האָב געבענטשט ליכט ווי אַ חתונה־געהאַטע פֿרוי, האָב איך עס אָנגעטאָן איבער מײַן באַליבטן שוואַרצן סאַמעטענעם שבת־ראָק. האַלטנדיק אַ סידורל אין דער האַנט, האָב איך געבענטשט די ליכט און מײַן נײַע היים.

כ׳האָב דאָס שערצל אויך געטראָגן יום־כּיפּור, ווי אַ דערמאָנונג פֿון דער הייליקייט פֿון יענעם טאָג: אַ ריין־ווײַסער טאָוול אין די אויגן פֿונעם אייבערשטן.

אין קרית־יואל, וווּ איך בין אויפֿגעוואַקסן, איז ווײַס געווען דער קאָליר פֿונעם יום־טובֿ בכלל. נאָך דעם ווי די מאַמע האָט אויסגעשפּרייט דאָס ווײַסע טישטעך, האָט זי אויסגעפּאַקט דעם געפּוצטן קיטל — דער ווײַסער ראָק, וואָס דינט ווי תּכריכים פֿאַר ייִדישע מענער, אָבער וואָס די חסידישע חתונה־געהאַטע מענער טראָגן אויך יום־כּיפּור, בײַם פּסחדיקן סדר, און אונטער דער חופּה.

די חתונה־געהאַטע פֿרויען האָבן אויך געהאַט געוויסע יום־כּיפּורדיקע מינהגים. זיי האָבן נישט געטראָגן די געוויינטלעכע שייטלען, נאָר ווײַסע טורבאַנען אָדער פֿאַטשיילעס, אַזוי ווי דער פֿריִערדיקער סאַטמערער רבי, יואל טייטלבוים, האָט געהייסן. ווי אַ סך אַנדערע פֿרויען פֿון איר דור, האָט מײַן מאַמע געטראָגן אַ פֿאַטשיילע, בעת די ייִנגערע פֿרויען האָבן גיכער געטראָגן דעם טורבאַן. זי האָט אויך צוגעבונדן איר ווײַס שערצל אַרום דער טאַליע און געגאַנגען אין דער גרעסטער סאַטמערער שיל פֿון קרית־יואל.

ערבֿ יום־כּיפּור אין מײַן ערשטן יאָר ווי אַ חתונה־געהאַטע פֿרוי, האָב איך געטאָן אַזוי ווי ס׳רובֿ חסידישע ווײַבלעך: געגאַנגען אין דער מיקווה. אין פֿאַרגלײַך מיט דער טבֿילה יעדן חודש, ווען אַ פֿרוי רייניקט זיך נאָך דער „צײַט‟, איז דאָס ערבֿ־יום־כּיפּורדיקע טובֿלען זיך נישט געווען קיין מוז, אָבער כ׳האָב עס געוואָלט סײַ־ווי אויספּרוּוון, און דער אמת איז — ס׳איז געווען אַ מאָדנע איבערלעבונג.

מע האָט מיר געגעבן אַ ריין ווײַס לײַלעך. אָבער אַנשטאָט די טוקערין זאָל מיך באַגלייטן דורכן קאָרידאָר צו דער מיקווה, האָט מען מיר געהייסן וואַרטן אין דער ריי. כ׳האָב זיך אָפּגעשפּריצט און, אײַנגעוויקלט אינעם לײַלעך און טורבאַן, צוגעגאַנגען צו דער מיקווה. בײַ דער טיר פֿון דער מיקווה האָב איך דערזען אַ לאַנגע ריי סילועטן פֿון נאַקעטע פֿרויען אײַנגעהילט אין ווײַס, וואָס האָבן מיר פּלוצלינג אויסגעזען ווי שדים! צווישן די ווײַבלעך האָב איך אויך דערזען מײַן שוועגערין, אָבער כ׳האָב גיך אַוועקגעקוקט, ווײַל ס׳איז מיר געווען פּריקרע צו זען איר קוים־באַדעקטע נאַקעטקייט. דאָס איז געווען דאָס לעצטע מאָל, וואָס כ׳האָב זיך געטובֿלט ערבֿ־יום־כּיפּור.

זיך צוהערנדיק צו כּל־נדרי יענעם אויפֿדערנאַכט, בפֿרט ווי די קולות פֿון טויזנטער טויזנטער מענער האָבן אָפּגעהילכט פֿון די ווענט אין דער ווײַבער־שיל, האָט מיר ממש דערוואַרעמט דאָס האַרץ. אַרום מיר האָט זיך דערהערט אַ שטיל געוויין פֿון אַלע זײַטן — אַ קאָלעקטיווער טרויער פֿון די, וועלכע לײַדן צרות, ווי אויך אין נאָמען פֿון אַנדערע, וואָס לײַדן…

„גמר חתימה טובֿה,‟ האָבן אַלע געשעפּשעט, אַרויסגייענדיק פֿון שיל.

פֿינף יאָר שפּעטער נאָך דעם ווי מײַן מאַן, קינדער און איך האָבן זיך אַרויסגעצויגן פֿון קרית־יואל, האָבן מיר אָפּגעלאָזט אַ סך פֿון די חסידישע מינהגים. במילא האָב איך אויך אויפֿגעהערט טראָגן מײַן שערצל.

הײַיאָר איז אָבער אַנדערש. כ׳האָב שוין שלום געמאַכט סײַ מיטן מאָדערנעם דרך, וואָס איך האָב אויסגעקליבן פֿאַר זיך און מײַן משפּחה, סײַ מיט מײַן חסידישער פֿאַרגאַנגענהייט. ווי אַ משפּחה, קאָנען מיר איצט ווידער אַ קוק טאָן אויף די טראַדיציעס, וואָס מיר האָבן אַמאָל פֿאַרלאָזט, און ווידער אַנטדעקן זייער שיינקייט. דערפֿאַר, סײַ לכּבֿוד יום־כּיפּור, סײַ ווי אַ דערמאָנונג פֿונעם טיפֿן סימבאָליזם פֿון ווײַסקייט אין דעם טאָג, וועל איך אָנטאָן מײַן שערצל, און בענטשן די ליכט פֿון מײַן געפּוצטן לײַכטער, פּונקט ווי עס טוען מײַן מאַמע, שוועסטער, און אַלע אַנדערע ייִדן איבער דער וועלט, אײַנגעהילט אין ווײַס.