אין 1887 האָבן 15 דײַטשע פּאָרלעך זיך באַזעצט אין פּאַראַגװײַ צו שאַפֿן „נײַ גערמאַניע‟, אַן אַרישע קאָלאָניע צו פֿאַרשפּרייטן די ראַציאָנאַלע ריינקייט איבער לאַטײַן־אַמעריקע. די שװעסטער פֿונעם באַרימטן פֿילאָזאָף ניטשע איז געװען די פֿרוי פֿונעם אָנפֿירער פֿון אָט־דער איניציאַטיװ, פֿון װעלכער עס איז גאָר נישט געװאָרן, נאָר די קאָלאָניע עקזיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג.
ראָדאָלפֿאָ לאָפּעז, בירגערמײַסטער פֿון סאַן כואַן לאַ לאַגונאַ, אַ קליין אינדיאַנער שטעטל אַ 200 קמ. פֿון גוואַטעמאַלאַס הויפּטשטאָט, האָט זיכער נישט געהאַט אין זינען דעם נאַצישן עפּיזאָד אין אַמעריקע, װען ער האָט געפֿאָדערט צו באַגרענעצן און לסוף אַרויסגעטריבן מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק אַ 230 אולטראַאָרטאָדאָקסישע ייִדן פֿון זײַן שטאָט, װײַל „זייערע מינהגים זײַנען ניט װי אונדזערע‟.
גװאַטעמאַלע האָט 15 מיליאָן אײַנװוינער, פֿון זיי — טויזנט ייִדן. מיט 6 יאָר צוריק האָט דאָס שטעטל לאַ לאַגונאַ אויפֿגענומען אַ לאָקאַלע גרופּע פֿון גרים, אָרטאָדאָקסן און אַנטי־ציוניסטן מיטן נאָמען „תּורת חסד‟, און שפּעטער איז צוגעקומען די גרופּע „לבֿ טהור‟, װאָס האָט געהאַט צרות אין אַמעריקע און קאַנאַדע. די ערשטע יאָרן האָט מען זיי טאָלערירט, אָבער די לעצטע צײַט האָבן זיך אָנגעהויבן באַװײַזן אַנטיסעמיטישע אויסברוכן און אַפֿילו נאַצישע פּלאַקאַטן מיט היטלערס בילד, און באַשולדיקונגען פֿון האָבן דערמאָרדעט יעזוסן און אַפֿילו בלוט־בילבולים. אַזוי איז דורכגעפֿירט געװאָרן נאָך אַ דעקרעט, װאָס האָט פֿאַרטריבן די ייִדן, װײַל זיי זײַנען אַנדערש, עסן אַנדערש און גייען אָנגעטאָן אַנדערש.
אין דאָמינגעז, פּראָװינץ ענטרע ריאָס, האָט דער מוזיי פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע געפֿײַערט 100 יאָר פֿון דער „ייִדישער סאַניטאַרער געזעלשאַפֿט‟, װאָס האָט געשאַפֿן די ערשטע קאָאָפּעראַטיװע פֿאַר מעדיצינישער באַדינונג אין אַרגענטינע. אין דעם פּראָטאָקאָל פֿון 28סטן סעפּטעמבער 1914 װערט אָנגעגעבן אַז „סוחרים, לערער און שוחטים װעלן צאָלן $5 אַ חודש, קאָלאָניסטן — 2,50, און אַרבעטערס $2.
מען האָט אַראָפּגעבראַכט אַ דאָקטער, און די מעדיצינישע קאָאָפּעראַטיװע האָט פֿונקציאָנירט 60 יאָר. זי איז געװען די ערשטע אין איר מין אין אַרגענטינע.
די אַרגענטינער פּרעזידענטין האָט געהאַלטן אַ רעדע פֿאַר אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון פּרעזידענטן אין די פֿאַראייניקטע פֿעלקער. אין איר רעדע, און װי איר טבֿע איז, האָט זי באַשולדיקט די גאַנצע װעלט פֿאַר די אַרגענטינער צרות. אַ ניו־יאָרקער ריכטער, גריעסאַ, איז שולדיק, װײַל ער האָט געצװוּנגען, אַז אַרגענטינע זאָל אויסצאָלן אירע חובֿות, און זי דערקלערט װי אַ רעבעל; אָבאַמאַן — פֿאַר „דערמאָרדן און נישט מישפּטן בען לאַדענען, און דאָס איז אַ פֿאַרברעכן קעגן מענטשנרעכט‟; ישׂראלן — איבער עזה און די אָנפֿירער פֿון דעם אַרגענטינער ייִשובֿ, װײַל זיי האָבן נישט געשטיצט דעם אָפּמאַך מיט איראַן. „װי נאָר מיר האָבן אונטערגעשריבן דעם מעמאָראַנדום, האָבן זיך צעשפּילט די שדים, װאָס האָבן אַנשטאָט צו זוכן קאָאָפּעראַציע, האָבן זיי געװאָלט אײַנשטעלן אַ ׳קאַסוס בעלי׳‟.
כוליאָ שלאָסער, פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, האָט שאַרף רעאַגירט און דערקלערט, אַז דער ייִשובֿ האָט אָנגענומען אירע װערטער מיט װייטיק און זאָרג. זי האָט פֿאַרװאַנדלט די קרבנות אין שולדיקע, און אַז איראַן, װאָס האָט דורכגעפֿירט דעם אַטענטאַט, האָט קיין מאָל נישט געהאַט בדעה, אַז אַרגענטינע זאָל אויספֿאָרשן די באַשולדיקטע. שוין 15 חדשים, װאָס איראַן נעמט ניט אין באַטראַכט דאָס, װאָס זי האָט אונטערגעשריבן.
פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דער איראַנער פּרעזידענט כאַסאַן רוכאַני, דערקלערט, אַז איראַן איז אַ לאַנד פֿון ליבע און שלום, װאָס האָט קיינעם נישט אַטאַקירט, נאָר פֿאַרקערט, מען האָט זי אַטאַקירט מיט געװער פֿון מאַסן־צעשטערונג. מען האַלט, אַז „כעזבאָלאַ‟ איז אַ טעראָריסטישע גרופּע, האָט ער דערקלערט, נאָר דאָס פֿאָלק קלײַבט זי אויס אין לבֿנון אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן, און זיי זײַנען אַ טייל פֿון דער רעגירונג.
מען דאַרף נעמען אין באַטראַכט, אַז „כעזבאָלאַ‟ האָט, חוץ אַ פּאָליטישן אָפּצװײַג, אויך אַ גרופּע, װאָס איז פֿאַרבונדן מיטן טעראָריזם און װערט באַשולדיקט אין די אַטענטאַטן אויף דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע און דער קהילה אין בוענאָס־אײַרעס.
צװיי דעפּוטאַטן פֿון דער אָפּאָזיציע, לאַוראַ אַלאָנסאָ און פּאַטריסיאַ בולריטש, האָבן דערקלערט אין פּאַרלאַמענט, אַז די רעדע פֿון דער פּרעזידענטין איז אַן אַנטיסעמיטישע.
דער אַרגענטינער פֿילאָזאָף, שרײַבער און פֿאָרשער מאַריאָ סאַבאַן, װאָס האָט געלערנט ייִדיש און װאָס װוינט שוין יאָרן־לאַנג אין שפּאַניע, האָט באַזוכט בוענאָס־אײַרעס און גערעדט װעגן דער לאַגע פֿון ייִדן אין שפּאַניע. אין שפּאַניע איז ניטאָ קיין אַנטיסעמיטיזם, נאָר עם־האַרצות, און דאָס מערקט זיך אָפּ אין די קאָמוניקאַציע־מיטלען. זינט 2007 פֿירט ער אָן מיט אַן אינסטיטוציע, װאָס לערנט און פֿאַרשפּרייט ייִדישע קענטענישן צװישן די שפּאַניער. אַ 5000 װאָלונטירן אַרבעטן מיט אים אין אָט דער טעטיקייט. מאַריאָ סאַבאַן האָט זיך קונה־שם געװען איבער זײַנע ביכער װעגן אַרגענטינער פֿירערס פֿון ייִדישן אָפּשטאַם (אַנוסים) און לעצטנס אויך װעגן קבלה.
אַן אַדװאָקאַטן־ גרופּע, נאַציאָנאַליסטן און פּראָ־פּאַלעסטינער האָבן אָנגעקלאָגט ישׂראל אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿאָרום פֿון יוריסטן און זיי האָבן געפֿאָדערט אין אַ בוענאָס־אײַרעסער געריכט מען זאָל אַרעסטירן דעם פּרעמיע־מיניסטער נתניהו, דעם אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן און דעם יוסטיץ־מיניסטער, משה יעלון, און מען זאָל זיי מישפּטן פֿאַר זייערע פֿאַרברעכנס אין עזה. קאַרלאָס סלעפּאָי, אַ ייִדישער אַדװאָקאַט, פֿירט אָן מיט דער איניציאַטיװ.
מלך זיװ, דער געװעזענער דירעקטאָר פֿון דער „ייִדיש־אינסטאַנץ אין ישׂראל‟ געפֿינט זיך אין בוענאָס־אײַרעס, און ער איז דינסטיק, דעם 29סטן אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע אין ייִװאָ װעגן ייִדישן טעאַטער און פּורים־שפּיל. מיט זייער אינטערעסאַנטע פֿאַקטן און מיט אַ טיפֿן שפּראַכלעכן הומאָר, האָט זײַן לעקציע שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם. דער לעקטאָר האָט פֿאַרשפּרייט צװישן עולם די מאַרקע, װאָס ישׂראל האָט אַרויסגעגעבן לכּבֿוד ייִדיש מיטן ערשטן טאָג־שטעמפּל פֿון 24סטן פֿעברואַר 2002.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.