פֿינף חדשים גייט שוין אָן די מלחמה אין מיזרח־אוקראַיִנע. צוליב דעם, איז יעקבֿ ווירין געוואָרן אַ פּליט אין זײַן אייגן לאַנד. במשך פֿון דער דאָזיקער צײַט, האָט ער באַזוכט 20 ייִדישע חתנות אינעם ריזיקן ייִדישן צענטער אין דניעפּראָפּעטראָווסק. זײַן זון און צוויי אַנדערע קרובֿים האָבן דאָרטן אויך חתונה געהאַט בעת דעם איצטיקן קאָנפֿליקט.
דער ריזיקער 22־שטאָטיקער „מנורה־צענטער‟, וואָס אים אויפֿצובויען האָט אָפּגעקאָסט 100 מיליאָן דאָלאַר, איז דער גרעסטער ייִדישער קהילה־צענטער אין אייראָפּע, וואָס דינט ווי אַ מערקווירדיקער סימבאָל פֿונעם באַנײַטן ייִדישן לעבן נאָכן צעפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. לעצטנס, בעת דעם הײַנטיקן מיליטערישן קאָנפֿליקט, איז עס אויך געוואָרן באַקאַנט ווי אַ מקום־מיקלט פֿאַר הונדערטער פּליטים, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם ראַיאָן, וווּ די אוקראַיִנישע מלוכישע אַרמיי האַלט אַ מלחמה מיט די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן.
דער צענטער שטייט אויף דער גאַס, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון שלום־עליכם, און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קאָמפּלעקס פֿון 7 בנינים. שמואל קאַמינעצקי, דער ליובאַוויטשער שליח אין דניעפּראָפּעטראָווסק, האָט דערקלערט, אַז מע האָט אויפֿגעשטעלט דעם ריזיקן קאָמפּלעקס, מיט דער הילף פֿון צוויי ייִדישע אָליגאַרכן; דערמיט האָט מען געוואָלט ווײַזן די אָרטיקע ייִדן, אַז זיי דאַרפֿן זיך שוין מער נישט אויסבאַהאַלטן. דער צענטער איז געוואָרן אַ מין „ליכט־טורעם פֿון ייִדישקייט‟ אינעם לאַנד.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט נאַצי־דײַטשלאַנד, צוערשט, אָקופּירט די שטאָט און אָנגעהויבן פֿאַרניכטן די ייִדישע באַפֿעלקערונג. אַ סך ייִדן האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן, און ווען די רויטע אַרמיי האָט איבערגענומען דניעפּראָפּעטראָווסק צוריק, האָט אַ גרויסער טייל פֿון זיי זיך אומגעקערט. אין די סאָוועטישע צײַטן איז אָבער שווער געווען צו פֿירן אַ טראַדיציאָנעל ייִדיש לעבן בפֿרהסיה, צוליב דער אַנטי־רעליגיעזער אידעאָלאָגיע פֿון דער רעגירונג.
הײַנט וווינען אין דער שטאָט בערך 15 פּראָצענט אוקראַיִנישע ייִדן. די אָרטיקע מצה־פֿאַבריק איז די איינציקע אינעם לאַנד. עס זענען אויך פֿאַראַן אַזעלכע אוניקאַלע ייִדישע געשעפֿטן, ווי אַ וואַרשטאַט פֿון סופֿרים. נישט לאַנג צוריק האָט מען אינעם צענטער דורכגעפֿירט אַ מאַסן־חתונה פֿון 19 פּאָרפֿעלקער.
הגם דער צענטער האָט אַ שײַכות צו חב״ד, האָב איך בעת מײַן וויזיט באַמערקט אַ סך ייִדישע און נישט־ייִדישע פֿרויען אין קורצע קליידלעך און הויכע אָפּצאַסן, וואָס באַזוכן די דאָקטוירים, האָר־סאַלאָנען און באַנקען, וואָס דינגען אויך אַן אָרט אינעם קאָמפּלעקס. צווישן אַ טייל אוקראַיִנער איז דער צענטער באַקאַנט ווי דער „קאָלאָמויסקיס בנין‟, ווײַל איגאָר קאָלאָמויסקי, אַ ייִדישער מיליאַרדער, האָט געשטיצט דעם אויפֿבוי בשותּפֿות מיט אַן אַנדער מיליאַרדער, גענאַדי באָגאָליובאָוו, דער פּרעזידענט פֿון דער דניעפּראָפּעטראָווסקער ייִדישער קהילה.
צווישן אַ טייל אוקראַיִנער האָט קאָלאָמויסקי געוווּנען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ מין נאַציאָנאַלן העלד, ווײַל ער האָט אויסגעטיילט מיליאָנען דאָלאַרן פֿאַרן קאַמף פֿון דער שוואַכער מלוכישער אַרמיי קעגן די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטישע כּוחות. אין אַפּריל, האָט מען אים אויסגעקליבן ווי דעם נײַעם גובערנאַטאר פֿונעם דאָזיקן סטראַטעגיש וויכטיקן ראַיאָן.
זעליג ברעז, דער דירעקטאָר פֿונעם קאָמפּלעקס, האָט באַטאָנט, אַז ער איז מער פֿאַראינטערעסירט אין דער אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן לעבן, ווי אינעם שאַפֿן אַן אײַדרוק אויף די נישט־ייִדישער אוקראַיִנער אָדער אויסלענדער. צווישן די פּאָרפֿעלקער, וואָס ער האָט געהאָלפֿן חתונה צו האָבן בעת דער דערמאָנטער מאַסן־אונטערנעמונג אויפֿן דאַך פֿונעם קהילה־צענטער, זענען אויך געווען זײַנע קרובֿים. אַ טייל פֿון די באַטייליקטע זענען שוין געהייראַטעט על־פּי־געזעץ, אָבער ביז איצט נישט געהאַט קיין חופּה־וקידושין.
ווירין איז דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער ייִדישער צײַטונג, וואָס גייט אַרויס אין דאָנעצק — אַ שטאָט אינעם מיזרחדיקן ראַיאָן, וועלכע איז טיף אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין דער מלחמה. דער רעדאַקטאָר האָט איבערגעגעבן, אַז אינעם דניעפּראָפּעטראָווסקער מקום־מיקלט פֿילט ער זיך באַקוועם, ווי אין דער היים צווישן די נאָענטע.
דניעפּראָפּעטראָווסק האָט אַ לאַנגע היסטאָרישע פֿאַרבינדונג מיטן חב״ד־חסידות. דאָרטן האָט געוווינט דער טאַטע פֿונעם לעצטן ליובאַוויטשער רבין, לוי־יצחק שניאורסאָן. קאַמינעצקי האָט מיר געוויזן דעם בנין, וווּ די געהיימע פּאָליציי האָט אים אַרעסטירט אין 1939. דער רבי אַליין, מנחם־מענדל שניאורסאָן, האָט דאָרטן פֿאַרבראַכט זײַנע יוגנט־יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.