איינער פֿון די ייִדישע בית־עולמס אין רומעניע האָט געליטן פֿון אַ שׂריפֿה, בעת וועלכער ס׳איז פֿאַרברענט געוואָרן אַ שטח פֿון 20 העקטאַר. דער אינצידענט איז געשען מאָנטיק, דעם 29סטן סעפּטעמבער, אין דער שטאָט יאַס, אויפֿן אַלטן בית־עולם, געגרינדעט אינעם 18סטן יאָרהונדערט, וווּ עס געפֿינען זיך בערך 80,000 קבֿרים.
במשך פֿון אַ סך יאָר, איז דער בית־עולם געלאָזט געוואָרן אויף הפֿקר און באַוואָקסן מיט הויך גראָז צווישן די מצבֿות, וואָס האָט פּלוצעם זיך אויפֿגעפֿלאַקערט. די פֿײַערלעשער האָבן אָפּגעשטעלט די שׂריפֿה, אָבער דאָס פֿײַער האָט באַוויזן זיך צו פֿאַרשפּרייטן גענוג ווײַט. דערווײַל ווייסט מען נישט, וויפֿל קבֿרים עס זענען געשעדיקט געוואָרן און ווי ערנסט ס׳איז געווען דער היזק.
די אָרטיקע תּושבֿים פֿאַרברענען כּסדר דאָס גראָז, כּדי פּטור צו ווערן פֿון אומגעוווּנטשענע געוויקסן אויף די פֿעלדער, און כּדי אויסצומײַדן אומקאָנטראָלירטע שׂריפֿות. עס קאָן זײַן, אַז אַזאַ פֿײַער האָט געקאָנט דינען ווי אַ סיבה פֿון דער שׂריפֿה.
אינעם יאָר 2012, האָט אַן ענלעכע שׂריפֿה אַרומגענומען אַ גרויסן שטח פֿונעם ייִדישן בית־עולם אין פּעקוראַרי, אַ פֿאָרשטאָט פֿון יאַס. צענדליקער קבֿרים זענען דעמאָלט צעשעדיקט געוואָרן. דער ווידעאָ־רעפּאָרטאַזש וועגן דער איצטיקער שׂריפֿה האָט געוויזן, אַז אַרום די אַלטע מצבֿות האָבן געפֿלאַקערט שטאַרקע פֿלאַמען. אַחוץ דעם טרוקענעם גראָז, האָבן געברענט אַראָפּגעפֿאַלענע צווײַגן און טויטע בייבער.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז יאַס געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע ייִדישער צענטערס אין רומעניע. אינעם יאָר 1941 איז אין דער שטאָט אויסגעבראָכן אַ ריי פּאָגראָמען, בעת וועלכער די אָרטיקע אַנטיסעמיטן האָבן אויסגעהרגט בערך 15,000 ייִדן. דערנאָך, האָבן די נאַצי־אָקופּאַנטן, בשותּפֿות מיט דער רומענישער פּראָ־פֿאַשיסטישער אַרמיי, פֿאַרשיקט דאָס רעשט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די קאָנצענטראַציע־ און טויט־לאַגערן. מער ווי 350,000 ייִדן זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן אין יאַס און אין דער אַרומיקער געגנט. אויפֿן בית־עולם שטייט אַ דענקמאָל די קרבנות פֿון די יאַסער פּאָגראָמען. הײַנט באַטרעפֿט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון רומעניע בערך 6,000 נפֿשות, לויטן חשבון פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟.
אין 2012, האָט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד אָנגענומען אַ רעזאָלוציע, לויט וועלכער דאָס אַחריות פֿאַר דער אָרדענונג אויף די ייִדישע בית־עולמס ליגט אויף די פּלייצעס פֿון די אָרטיקע רעגירונגען. אַחוץ דעם הפֿקרדיקן מצבֿ, זענען נישט ווייניק אַלטע בתּי־קבֿרות אין אייראָפּע פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין פֿאַרווײַל־פּאַרקן, באַוווינטע ראַיאָנען, אַרמיי־באַזעס און אַפֿילן אָזערעס. די רעזאָלוציע צווינגט אָבער נישט די רעגירונג אָנצונעמען דאָס אַחריות, ווי געהעריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.