אויב איך מאַך קיין טעות ניט, האָט משה אָלגין (1878–1939) קיין קינדער ניט געהאַט. דערצו — דאָ מאַך איך שוין זיכער קיין טעות ניט — איז פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, בפֿרט פֿון איר ייִדישער פֿאַלאַנגע, אין וועלכער ער איז געווען דער מנהיג, עד־היום קיין זכר ניט פֿאַרבליבן. עס זשיפּען ערגעץ כּלערליי קאָמוניסטישע גרופּקעלעך, וואָס האָבן, גלייב איך, קיין שום השפּעה ניט. דאָס מיינט, אַז קיינער וועט, אַ פּנים, דעם 22סטן נאָוועמבער זיך ניט דערמאָנען, אַז מיט 75 יאָר צוריק איז אַוועק אין דער אייביקייט דער דאָזיקער ביז גאָר טאַלאַנטירטער מענטש. הגם אָלגין איז געקומען קיין אַמעריקע רעלאַטיוו שפּעט, אין האַרבסט 1914, האָט ער שוין אין קורצן געשריבן אויף ענגליש און געמאַכט אַ דאָקטאָר־אַרבעט אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט.
אין „פֿאָרווערטס‟, איידער אָלגין האָט פֿאַר זיך אויסגעקליבן די קאָמוניסטישע ריכטונג, האָט מען פֿון אים שטאַרק געהאַלטן; און ניט נאָר אין „פֿאָרווערטס‟. זײַנע אַרטיקלען פֿלעגן זיך באַווײַזן אויך, אַ שטייגער, אין „ניו יאָרק טײַמס‟. דעם 2טן דעצעמבער 1917, איז טאַקע אין „ניו יאָרק טײַמס‟ אַרויס זײַן אַרטיקל “Bolsheviki’s Chief”. אין יענע יאָרן האָט מען אָפֿט גענוצט די רוסישע מערצאָל־פֿאָרעם „באָלשעוויקי‟ פֿאַר „באָלשעוויקעס‟. אָלגין איז דעמאָלט געווען אַ בונדיסט און אַ מענטשעוויק, אַזוי אַז צו די אָנהענגער פֿון לענין האָט ער ניט געהערט. האָט ער טאַקע געשריבן וועגן אים: “He mistakes the creations of his mind for realities” („שאַפֿונגען פֿון זײַן מוח נעמט ער אויף פֿאַלש ווי רעאַלקייטן‟). אין עטלעכע יאָר אַרום, בפֿרט נאָך זײַן נסיעה קיין רוסלאַנד, וועט אָלגין אַליין אָנהייבן גלייבן — און אײַנרעדן אַנדערע צו גלייבן — אין לענינס אוטאָפּיע.
דאַכט זיך, דאָס אַלץ איז שוין לאַנג, ווי די ענגלענדער זאָגן, „וואַסער אונטערן בריק‟. לענין איז געשטאָרבן מיט אַריבער 90 יאָר צוריק, און זייער אַ סך וואַסער איז אונטערן בריק דורכגעשטראָמט אין משך פֿון דעם כּמעט פֿערטל יאָרהונדערט זינט דאָס לאַנד, אויפֿגעבויט בגוואַלד אויפֿן יסוד פֿון זײַנע סבֿראות, איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון דער מאַפּע. אין דער אמתן, איז עס גאָר ניט אַזוי. לענין בלײַבט טײַער פֿאַר הונדערטער טויזנטער צי אַפֿילו מיליאָנען לײַט, וואָס באַפֿעלקערן דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַ סבֿרא, אַז אויך אין אַנדערע מדינות איז ניט שווער אויסצוזוכן לענינס חסידים. למשל, אין יולי 2014 האָבן זיך אין עקוואַדאָר צונויפֿגעקליבן פֿאָרשטייער פֿון מאַרקסיסטיש־לעניניסטישע פּאַרטייען פֿון בראַזיל, קאָלאָמביע, דאָמיניקאַנער רעפּובליק, מעקסיקע, פּערו, ווענעזועלע, שפּאַניע און טערקײַ. עס עקזיסטירט אויך עפּעס אַ מאַרקסיסטיש־לעניניסטישע אָרגאַניזאַציע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן (זען www.usmlo.org). ס‘איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז הינטער דעם וועבזײַטל שטייען אין גאַנצן עטלעכע לײַט, און דאָך פֿוילן זיי זיך ניט צו מאַכן אַן אָנשטעל פֿון אַ ריכטיקער אָרגאַניזאַציע.
אַ פּראָמינענט אָרט האָט די פֿראַגע פֿון לענין פֿאַרנומען אין דעם הײַנטיקן רוסיש־אוקראַיִנישן סדר־היום. עס גייט ממש אָן אַ מלחמה אַרום די הונדערטער מאָנומענטן און מאָנומענטלעך, וואָס בלײַבן נאָך אַלץ אין די שטעט און דערפֿער פֿון אוקראַיִנע. אין דעם איצטיקן קאָנטעקסט ווערט לענין אויפֿגענומען ווי אַ סימבאָל פֿון וולאַדימיר פּוטינס רוסלאַנד. ווי אַלע היסטאָרישע פּאַראַלעלן, האָט דער דאָזיקער פֿאַרגלײַך געוויסע חסרונות. אָבער אין אַ היפּשער מאָס איז ער אַ ריכטיקער, ווײַל לענינס אימאַזש בלײַבט נאָך אַלץ גאַנץ הייליק אין דער אָפֿיציעלער רוסישער פּראָפּאַגאַנדע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס זײַן מאַווזאָליי באַפּוצט נאָך אַלץ דעם „רויטן פּלאַץ‟ אין מאָסקווע. דערצו קריגט די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אַ ממשותדיקע שטיצע מצד דער רוסישער באַפֿעלקערונג, בעת אין אוקראַיִנע האָט די היגע קאָמוניסטישע פּאַרטיי זיך אין גאַנצן דיסקרעדיטירט צוליב איר פּראָ־מאָסקווער אָריענטירונג. לעצטנס האָט מען אַפֿילו גערעדט וועגן פֿאַרווערן די דאָזיקע פּאַרטיי.
בינו־לבינו, הערט מען ניט אויף אין אוקראַיִנע אַראָפּצוּוואַרפֿן לענין־מעמאָריאַלן. אין אייניקע ערטער האָט מען לענין ניט צעוואַלגערט, נאָר אים אַריבערגעטראָגן ערגעץ אין אַזאַ ווינקל, ער זאָל דאָרטן ניט רײַסן די אויגן. אין אַ סך שטעט האָט זיך דער דאָזיקער פּראָצעס שוין פֿאַרענדיקט. אין אַנדערע, קודם־כּל, אין די מיזרחדיקע געגנטן פֿונעם לאַנד, רופֿט ער אַרויס אַ ווידערשטאַנד מצד דעם קאָנסערוואַטיוו־סאָוועטישן סעקטאָר פֿון דער באַפֿעלקערונג. לעצטנס, איז דאָס אַראָפּוואַרפֿן לענינס דענקמאָל אַדורך זייער שאַרף אין כאַרקיוו.
פֿון דער ווײַטנס קען דער גאַנצער לענין־טאַראַראַם אַרויסרופֿן אַ שמייכל. אָבער אין אוקראַיִנע שפּילט עס, ווײַזט אויס, די ראָליע פֿון אַ קאָלעקטיווער טעראַפּיע. מענטשן פֿילן, אַז זיי איז פּסיכאָלאָגיש שווער צו פֿאַרלײַדן די שוואַכקייט פֿון זייער מלוכה, בפֿרט אין פֿאַרגלײַך מיטן עקאָנאָמישן און מיליטערישן כּוח פֿון פּוטינס רוסלאַנד. איז פֿאַרן עולם לענין געוואָרן אַ מין ריטועלע וווּדו־ליאַלקע — אַ מאַגישער אופֿן פֿאַר אָפּרעכענען זיך, זאָל זײַן אַפֿילו ווירטועל, מיטן שכן.
מיט עפּעס אַ צײַט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אין האַמבורג. ניט ווײַט פֿון דעם האָטעל, וווּ איך האָב זיך אָפּגעשטעלט, האָט זיך אין די אויגן געוואָרפֿן אַ מאָנומענט מיט בולטע סימנים פֿון אַ סטיל, וועלכן מע אַסאָציִיִרט מיט דער נאַציסטישער תּקופֿה. אַ שילדן האָט דערציילט, אַז דעם דענקמאָל, געווידמעט די געפֿאַלענע סאָלדאַטן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט מען טאַקע געהאַט געשטעלט אין היטלערס צײַטן. שפּעטער, שוין נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז באַשלאָסן געוואָרן אים ניט אַראָפּצוּוואַרפֿן, אָבער אַוועקשטעלן לעבן אים אַ נײַעם דענקמאָל, וואָס טראָגט אויף זיך ניט קיין סימנים פֿון טאָטאַליטאַרער קונסט. מיר איז דער דאָזיקער אײַנפֿאַל מער געפֿעלן געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.