דאָס נײַע ייִדישע יאָר, תּשע”ה, האָט זיך שוין אָנגעהויבן, אָבער לאָמיר נישט פֿאַרגעסן צו מאַכן אַ דין־וחשבון פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר לויטן ייִדישן לוח, תּשע”ד, בפֿרט וואָס שייך דער ייִדישער ליטעראַטור. די ייִדישע קולטור־קרײַזן איבער דער וועלט האָבן באַקומען דאָס יאָר אַ שטאַרקן קלאַפּ מיט דער אַבֿדה פֿון ייִדישע שרײַבער און פֿאָרשער פֿונעם עלטערן דור, און איך דערמאָן זיך איצט אין פֿינעף שאַפֿערס.
נאָוועמבער 2013, זעט אויס, איז געווען דער שווערסטער חודש פֿאַר ייִדיש. צו 91 יאָר איז אין ניו־יאָרק געשטאָרבן די מוזיק־פֿאָרשערין, זאַמלערין און קאָלומניסטין, חנה מלאָטעק. ווי די אַמאָליקע סעקרעטאַרשע פֿון ד”ר מאַקס ווײַנרײַך איז זי געווען אַ וויכטקע בריק צווישן די פֿאָלקלאָר־ און מוזיק־פֿאָרשער פֿונעם פֿאַרמלחמהדיקן ווילנער ייִוואָ און דער פֿאָרשונג אינעם אויפֿגעלעבטן אַמעריקאַנער ייִוואָ.
עס איז כּדאַי דאָ אַרויסצוהייבן איר לאַנג־יאָריקע „פֿאָרווערטס‟־רובריק — „פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע‟, וואָס זי האָט 30 יאָר מיטרעדאַקטירט מיט איר מאַן יאָסל מלאָטעק, און 10 יאָר אַליין; און דעם טייל „לייענער דערמאָנען זיך לידער‟. איך ווייס נישט, וווּ עס האַלט אינעם איצטיקן מאָמענט בײַם אויססדרן דעם מלאָטעק־אַרכיוו, אָבער ווען מע וועט זיך נעמען צו די הונדערטער קאַסעטן און טויזנטער בריוו, וואָס די „פֿאָרווערטס‟־לייענער האָבן אַרײַנגעשיקט צו די מלאָטעקס, וועט די זאַמלונג, בלי־ספֿק, מיט זיך פֿאָרשטעלן דעם סאַמע גרעסטן ייִדישן פֿאָלקסליד־אַרכיוו אין אַמעריקע.
דעם 25סטן נאָוועמבער איז געשטאָרבן אין פּתח־תּיווקה, צו 86 יאָר, דער פּאָעט אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, אַ געבוירענער אין דער בוקאָווינע. אָנצורופֿן שפּיגלבלאַט בלויז אַ פּאָעט, וואָלט נישט געווען יושרדיק. ספּעציעל אינעם לעצטן יאָרצענדליק פֿון זײַן לעבן האָט ער געשריבן זכרונות, קריטיק און ראָמאַנען. כּמעט דער לעצטער אין זײַן דור, וואָס האָט געשריבן אויף אַ הויכער קריטישער מדגרה אויף ייִדיש, האָט די ייִדישע לייענערשאַפֿט געוואַרט אומגעדולדיק אויף זײַנע נײַע ווערק. מיר דאַכט, אַז זײַנע זכרונות וועגן רומענישן ייִדישן קולטור־לעבן נאָכן חורבן זענען, ווי ווײַט איך ווייס, די איינציקע אין דרוק. זײַנע לידער קען מען פֿאַרגלײַכן צו הײַקו־לידער: קורץ אָבער טיף.
אין יעדן בוים
אין יעדן בוים
דרימלט דאָס פֿײַער
וואָס וועט אים פֿאַרלענדן.
דער צוויט
איז די תּפֿילה
פֿון בוים
פֿאַר זײַן אייגענעם
אַש.
צערן ניט,
גאָט,
פֿאַר מײַן אומגעלומפּערטן
דרש.
(פֿונעם בוך „פּאַפּירענע זעגלען‟, 1973)
ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, נאָך אַ פּאָעט פֿון דער בוקעווינע, איז אַוועק אין דער אייביקייט צו 93 יאָר. איך בין געווען מיט איר עטלעכע וואָכן פֿאַר איר טויט, ווען ס’איז אָנגעקומען שפּיגלבלאַטס נײַ בוך, און זי האָט זיך זייער געפֿרייט. ווי אַנדערע האָבן באַמערקט, האָט זי אָפֿט געשריבן וועגן דעם כּוח פֿון שאַפֿן: דאָס שאַפֿן סײַ ווערטער מיט דער פּען, סײַ דאָס שאַפֿן צייכענונגען פֿון גאַסן־סצענעס מיט אַ בלײַער.
רירעוודיקער עדות
ווען אַלץ איז פֿאַרדרימלט
און די גאַס הויכט אויס
איר לעצטן רעש
ווערט די פּען
וואָס נאָענט צו דער האַנט
אַ רירעוודיקער עדות
פֿון די נאַכטישע געשפּינען
אַ נאַקעטע וואָר
געבוירן אין טיפֿן
שלונד פֿון חשכות
באַלייט פֿון הילכיקע
גלעקלעך פֿון שווײַגן.
(פֿון „פּערפּל שלענגלט זיך דער וועג‟, 2002)
דרײַ טעג נאָך שפּיגלבלאַטס פּטירה — דעם 28סטן נאָוועמבער — איז מײַן מאַמע — די פּאָעטעסע, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן נפֿטר געוואָרן אין ניו־יאָרק. בײַם דערציילן מענטשן וועגן דער מאַמען, ווען זי האָט נאָך געלעבט, האָט זיך בײַ מיר כּמעט אַרויסגעכאַפּט, אַז זי איז דער לעצטער ייִדישער פּאָעט אין ניו־יאָרק פֿונעם אַלטן דור, אָבער איך האָב זיך דערמאָנט אין יאָני פֿײַן, און זיך צוריקגעהאַלטן. איז וואָס טוט גאָט — יאָני פֿײַן איז אַוועק פֿון דער וועלט אַ וואָך שפּעטער פֿון דער מאַמען, דעם 6טן דעצעמבער, אין ברוקלין, צו 100 יאָר.
פֿײַן, אַ געבוירענער אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסק, אָבער אַ לאַנג־יאָריקער ווילנער, איז געווען אַ מענטש מיט אַ גרויסן טעמפּעראַמענט. אפֿשר האָט אים דווקא דאָס געהאָלפֿן זײַן אַזוי שאַפֿעריש, סײַ מיט זײַנע ריזיקע אַבסטראַקטע מאָלערײַען, סײַ מיט זײַנע ייִדישע לידער. זײַן לעצטע זאַמלונג „דער פֿינפֿטער זמן‟, איז אַרויס אין 2008, ווען ער איז שוין געווען 95 יאָר אַלט. פֿײַן האָט פֿאַרמאָגט אַ ברייטע וויזיע פֿון זיך און זײַנע לידער, און מע קען אים בפֿירוש אָנרופֿן אַ נאַציאָנאַלער פּאָעט.
פֿונעם ליד „מײַן פֿאָלק‟, מעקסיקע 1947:
ניט ווי קיין פֿינצטערער נבֿיא מיט רויטלעך־שטעכיקע אויגן,
גיי איך דורך ראָגן שוין יאָרן, מערקלעך, געסלעך און שטעט.
כ’בין גלײַך ווי דאָס פֿאָלק, וואָס איך האָב אין זיך אײַנגעזויגן,
און פֿײַנט כ’האָב שטראָפֿרייד פֿון גרויסע, ווי אַ מיטה־ברעט.
דעם 11טן אויגוסט 2014איז אַוועק דער לאָס־אַנדזשעלעסער פּאָעט משה שקליאַר צו 93 יאָר. ווי אַ לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „חשבון‟, איז ער געווען אַ זײַל פֿונעם ייִדישן קולטור־לעבן אין דער שטאָט, און האָט באַרײַכערט די ייִדיש־געזעלשאַפֿט מיט זײַנע שאַפֿונגען און זײַן פֿירערשאַפֿט. ווי די אַנדערע דערמאָנטע ייִדישע שרײַבער, האָט ער אויך אין זינען געהאַט די ייִנגערע דורות און איז תּמיד געווען גרייט אַרויסצוהעלפֿן.
שקליאַר האָט אַרויסגעגעבן 12 ביכער — פּאָעזיע, זכרונות, נאָוועלעס. אינעם באַנד „אין דמיון פֿאַרזיגלט‟, 1973, שטעלט ער פֿאָר די אַמאָליקע גאַסן פֿון וואַרשע מיט אַ ליד פֿאַר יעדער גאַס; למשל, ווי דאָס ליד „דזשיקע‟:
פֿון פֿינצטערע גאַסן,
פֿון קויטיקע ליקן,
געשטראָמט האָט די יוגנט
צו ליכטער פֿון דזשיקע.
דאָ האָט מען געטראָפֿן
אַן אַלטן באַקאַנטן,
וואָס איז ערשט געקומען
פֿון היימישע קאַנטן
און האָט נאָך געטראָגן
אויף זיך, ווי אַ בלעטל,
דעם טוי פֿון באַגינען
אין ייִדישן שטעטל.
לאָמיר האָפֿן, אַז דאָס נײַע יאָר וועט ברענגען אונדזער ייִדיש־וועלט נאָר גוטע בשׂורות, אָבער לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אין דער זעלבער צײַט, דאָס מענטשלעכע עשירות, וואָס איז אונדז נישט לאַנג פֿאַרלוירן געגאַנגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.