וואַשינגטאָן. — איז טאַקע מעגלעך, אַז אַ ייִדישע אייגנטימערין פֿון אַ פּראָגער געשעפֿט פֿון דאַמען־קליידער האָט געקאָנט זײַן אַ נאַצי־שפּיאָן? אַזוי, אַ פּנים, האָט די רוזוועלט־אַדמיניסטראַציע געמיינט, ווען זי האָט אין 1939 נישט דערלויבט די שנײַדערין מיט איר מאַן צו קומען קיין אַמעריקע און דערבײַ, נישט־וויסנדיק, פֿאַרמישפּט זיי צום טויט.
אַן אייגנאַרטיקע אויסשטעלונג וועגן דער שנײַדערין, העדי שטרנאַד, האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אינעם ייִדישן מוזיי אין מילוואָקי. אָבער אַנשטאָט סתּם צו דערציילן די טראַגישע געשיכטע פֿון העדי און פּאָול שטרנאַד, האָבן די קוראַטאָרן פֿונעם מוזיי קאָלאַבאָרירט מיט אַ גרופּע קאָסטיומירער פֿונעם „מילוואָקי רעפּערטואַר־טעאַטער‟, אויפֿצונייען מוסטערן פֿון די קליידער, וואָס העדי פֿלעגט שאַפֿן פֿאַר אירע אייגענע קונות.
די אויסשטעלונג, Stitching History From the Holocaust [לאָמיר אויסהעפֿטן די געשיכטע פֿונעם חורבן] איז אַ רעזולטאַט פֿון אָט דער צוזאַמענאַרבעט: אַכט מאַנעקענען פֿון פֿרויען־קליידער, וואָס העדי האָט אַליין אויסגעטראַכט.
אין 1939 האָט פּאָול שטרנאַד געשיקט אַ בריוו צו זײַנע שוועסטערקינדער אין מילוואָקי, בעטנדיק זיי צו פּרוּוון קריגן אַ דערלויבעניש, אַז ער און זײַן פֿרוי זאָלן קומען קיין אַמעריקע. פּאָול האָט בײַגעלייגט אַכט פֿון העדיס קליידער־צייכענונגען, האָפֿנדיק, אַז די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן וועלן זײַן גרייטער זיי אָנצונעמען, אויב זיי וועלן זען, אַז זיי האָבן פּראָפֿעסיאָנעלע פֿעיִקייטן.
אַמעריקעס אימיגראַנציע־געזעצן זענען דעמאָלט געווען זייער שטרענג. דער וויצע־מלוכה־סעקרעטאַר, ברעקינרידזש לאָנג, האָט אין 1940 אַרויסגעשיקט אַ מעלדונג צום פּערסאָנאַל פֿון זײַן דעפּאַרטאַמענט, אָנזאָגנדיק זיי אויסצוניצן „יעדע מניעה מעגלעך‟, כּדי אָפּצושטעלן די אימיגראַציע פֿון פּליטים. פֿאַר יעדן לאַנד האָט מען געשטעלט אַ קוואָטע, און די יערלעכע קוואָטע פֿון דער טשעכישער רעפּובליק איז געווען קליין — בלויז 2,874 מענטשן. פֿון דעסטוועגן, האָט מען במשך פֿון אַלע 12 יאָרן, וואָס רוזוועלט האָט געדינט ווי דער פּרעזידענט, נישט אויסגעפֿילט די קוואָטע.
אין 1940, דאָס יאָר וואָס די שטרנאַדס האָבן געהאָפֿט צו אימיגרירן, איז בלויז 68% פֿון דער טשעכישער קוואָטע געווען אויסגעפֿילט. נישט געקוקט אויף דעם וואָס ס׳איז נאָך געווען גענוג אָרט אַרײַנצוברענגען דאָס פּאָרפֿאָלק, און וואָס העדי איז געווען אַ הצלחהדיקע געשעפֿטספֿרוי און וואָס דאָס פּאָרל האָט אַפֿילו געהאַט משפּחה אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט מען זייער אַפּליקאַציע אָפּגעוואָרפֿן.
ווי האָט דאָס געקאָנט זײַן? נאָך דער „קרישטאָלנאַכט‟ אין נאָוועמבער 1938, מיט צוויי יאָר פֿריִער, האָט די רעגירונג פֿון די ווירדזשין־אינדזלען — אַן אַמעריקאַנער טעריטאָריע — דערקלערט, אַז צוליב די שטרענגע אימיגראַציע־תּקנות אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָלט זי געווען גרייט צו עפֿענען אירע טירן פֿאַר די ייִדישע פּליטים, אָבער רוזוועלט האָט פּערזענלעך אָפּגעוואָרפֿן דעם געדאַנק.
אין עפֿנטלעכע און פּריוואַטע דערקלערונגען, האָט רוזוועלט געטענהט, אַז נאַצי־שפּיאָנען וואָלטן געקאָנט זיך אַרײַנגנבֿענען אין אַמעריקע פֿאַרשטעלט ווי פּליטים, און אויב מע לאָזט זיי קומען אין די ווירדזשין־אינדזלען, וואָלטן זיי נאָך גרינגער געקאָנט זיך אַרײַנגנבֿענען אין אַמעריקע. (ס׳איז, אַגבֿ, קיין מאָל נישט געווען קיין איין פֿאַל פֿון ייִדישע פּליטים, וואָס זענען אין דער אמתן געווען נאַצי־שפּיאָנען.)
וועגן אַ צווייטן פֿאָרלייג — צו באַזעצן די ייִדישע פּליטים אין אַלאַסקע, וואָס איז דעמאָלט אויך געווען אַן אַמעריקאַנער טעריטאָריע אָבער נאָך נישט קיין שטאַט — האָט דער אינערן־סעקרעטאַר האַראָלד איקס דזשוניאָר איבערגעגעבן, אַז רוזוועלט האָט אַליין געזאָגט, אַז ער וועט בלויז שטיצן אַזאַ פּלאַן, אויב נישט מער ווי 10% פֿון די אימיגראַנטן וועלן זענען ייִדן.
דערצו האָט מען אויך אויפֿגעהערט אַרײַנצולאָזן פּליטים, וועלכע האָבן נאָך משפּחה אין אייראָפּע, אויס זאָרג, אַז די נאַציס וועלן אפֿשר פֿאַרכאַפּן די קרובֿים און צווינגען זיי צו ווערן שפּיאָנען פֿאַר היטלערן. אַן אינטערעסאַנטע טעאָריע, כאָטש ס׳איז נישט געווען קיין שום באַווײַזן, אַז אַזוינס איז אַמאָל געשען.
מיט אַלע טירן פֿאַרמאַכט, איז דער גורל פֿון פּאָול און העדי — און אָן אַ שיעור אַנדערע ייִדישע פּליטים — פֿאַרזיגלט געוואָרן. מע האָט דאָס פּאָרפֿאָלק דעפּאָרטירט אין טערעזין קאָנצענטראַציע־לאַגער, און דערנאָך אין דער וואַרשעווער געטאָ. זיי זענען ביידע אומגעקומען, כאָטש ס׳איז נישט קלאָר, צי דאָס איז געשען אין וואַרשע, צי אין טרעבליקע, וווּ אַ סך וואַרשערווער ייִדן זענען דעפּאָרטירט געוואָרן.
די איצטיקע אויסשטעלונג, וואָס וועט אָנגיין ביזן 28סטן פֿעברואַר, איז אַ טרויעריקע דערמאָנונג פֿון אַ צײַט, ווען די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט באַטראַכט די ייִדישע פּליטים, און אַפֿילו אַ באַלעבאַטישע שנײַדערין פֿון פּראָג — ווי אַ סכּנה פֿאַרן לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.