נישט לאַנג צוריק איז אין וואַרשע דורכגעגאַנגען דער 11טער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור אויף יצחק באַשעוויס־זינגערס נאָמען. דאָס איז אַ קולטור־אויפֿטו פֿון דער העכסטער מדרגה פֿאַר גאַנץ פּוילן.
דער פֿעסטיוואַל האָט זיך דערעפֿנט מיט אַ שלל פֿאָרשטעלונגען. די ערשטע צווישן זיי איז געווען די פּיעסע „די לעצטע ליבע‟, געשאַפֿן אויפֿן יסוד פֿון אַ באַקאַנטער דערציילונג פֿון באַשעוויס־זינגערן. די וועלט־פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין 2006 אויף ייִדיש אינעם טעאַטער „ייִדישפּיל‟ אין ישׂראל, און זינט דעמאָלט איז זי פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אויף פֿיר אינטערנאַציאָנאַלע פֿעסטיוואַלן — אין אוקראַיִנע, פּוילן, דײַטשלאַנד און קאַנאַדע.
דאָרט האָט די אויפֿפֿירונג געהאַט אַ גרויסע הצלחה סײַ בײַם עולם, סײַ אין דער מעדיאַ און בײַ דער קריטיק. אויפֿן פֿעסטיוואַל אין וואַרשע איז די פּיעסע געשפּילט געוואָרן צום ערשטן מאָל אויף פּויליש. דאָס שאַפֿן די ווערסיע אויף דער פּוילישער שפּראַך האָט איניציִיִרט און פֿאַרווירקלעכט דער אַקטיאָר און רעזשיסאָר שמואל עצמון, דער גרינדער און דער בכּבֿודיקער פּרעזידענט פֿונעם טעאַטער „ייִדישפּיל‟, וועלכער האָט צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן געשפּילט אויף פּויליש, צוזאַמען מיט פֿיר פּוילישע אַקטיאָרן, באַקאַנטע „שטערן‟ אין געביט פֿון טעאַטער און טעלעוויזיע.
שמואל עצמון דערציילט איצט, וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען בעת דער פֿאָרשטעלונג אין וואַרשע: „די זאַלן זײַנען געווען פֿול געפּאַקט. אינעם זאַל, וואָס אַנטהאַלט 400 פּלעצער, זײַנען בײַגעווען איבער 500 מענטשן, וועלכע זײַנען געזעסן אויף די טרעפּ און געשטאַנען לענג־אויס די ווענט. די בילעטן זײַנען אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן לאַנג פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג, און נאָך דער פֿאָרשטעלונג איז דער עולם געשטאַנען און האָט אַפּלאָדירט במשך פֿון צען מינוט. דאָס איז געווען אַן איבערראַשנדיק בילד, וואָס מע האָט ניט געזען שוין יאָרן אין אַ ייִדישן טעאַטער אין וואַרשע‟.
אויפֿן צווייטן טאָג נאָך דער פֿאָרשטעלונג איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש מיט שמוליק עצמון. אינעם גאַנג פֿון דער באַגעגעניש איז דעמאָנסטרירט געוואָרן אַ פֿילם וועגן דעם ערשטן באַזוך פֿונעם טעאַטער „ייִדישפּיל‟ אין פּוילן, מיט יאָרן צוריק, מיט דער פּיעסע „די ערשטע ליבע‟. חוץ דעם, איז פֿאָרגעקומען אַן אינטערוויו מיט אים בײַ דער פֿירונג פֿונעם אַמבאַסאַדע־ראַטגעבער און שרײַבער מיכאל סאָבאָל. אויך אין פֿאַרלויף פֿון דער אונטערנעמונג, וואָס האָט געדויערט אַ פּאָר שעה, איז דער זאַל געווען פֿול געפּאַקט.
דער שפּיץ פֿונעם פֿעסטיוואַל איז געווען בעת דער אָפֿיציעלער פֿײַערלעכער דערעפֿענונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער צענטראַלער שיל אויפֿן נאָמען פֿון נאָזשיק בײַ דער אָנוועזנהייט פֿונעם וואַרשעווער בירגער־מײַסטער און מיטגלידער פֿונעם שטאָטראַט, אַמבאַסאַדאָרן און דיפּלאָמאַטן, בראָש מיטן אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת־ישׂראל אין פּוילן צבי רבנר. די שיל איז ניט מסוגל געווען אַרײַננעמען די הונדערטער מענטשן, וואָס זײַנען געקומען צו אירע טירן, זיך צו באַטייליקן אין דער אונטערנעמונג. דעריבער איז די אונטערנעמונג טראַנסמיטירט געוואָרן אויך אויף די עקראַנען, אויסער דעם שילזאַל.
אויף דער צערעמאָניע זײַנען צוגעטיילט געוואָרן, ווי יעדעס יאָר, אויסצייכענונג־פּרײַזן פֿאַר די, וואָס האָבן אַרײַנגעטראָגן אַ וויכטיקן בײַטראָג אינעם אָפּהיטן און אַנטוויקלען די ייִדישע קולטור. צווישן די פּרײַז־לאַורעאַטן איז הײַיאָר געווען שמואל עצמון, צוליב זײַן בײַטראָג אין דער ייִדיש־קולטור, ווי אַ שוישפּילער, רעזשיסאָר און גרינדער פֿונעם טעאַטער „ייִדישפּיל‟. בעת דער צערעמאָניע איז וועגן אים געזאָגט געוואָרן: „אײַער איבערגעגעבנקייט און אײַערע מעכטיקע באַמיִונגען אונטערצוהאַלטן די ייִדישע קולטור וועלן קיינמאָל ניט פֿאַרגעסן ווערן. דער טעאַטער „ייִדישפּיל‟, וואָס איר האָט געגרינדעט מיט 25 יאָר צוריק, האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿירנדיקן טעאַטער, וועלכער האָט אַרײַנגעבלאָזט אַ נײַעם לעבעדיקן גײַסט אין דער שפּראַך, וואָס איז אַ ביסל פֿאַרגעסן געוואָרן, נאָר געבליבן וווּנדערלעך און אוניקאַל‟.
„דאָס שיינע קבלת־פּנים, וואָס מיר האָבן זוכה געווען, האָט ווידער דערוויזן, אַז די ייִדישע קולטור איז דירעקט פֿאַרבונדן מיט דער באַנײַטער קולטור און נאַציאָנאַלקייט פֿון מדינת־ישׂראל, און דינט ווי דער בעסטער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל אין פּוילן‟, — האָט אונטערגעפֿירט דעם סך־הכּל שמואל עצמון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.