אויפֿן וועג צו איר חתונה, האָט אַלי בטח געמוזט בײַטן דעם פּלאַנירטן מאַרשרוט, כּדי זיך אויסצובאַהאַלטן פֿון די ראַקעט־אַטאַקן אין אַ ירושלימער אונטערערדישן מקום־מיקלט. דאָרטן האָט די 24־יאָריקע יונגע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פֿרוי פּלוצעם אַנטדעקט אַ וווּנדער־שיינע חופּה־קלייד בלויז פֿאַר 300 דאָלאַר.
אינעם דאָזיקן מקום־מיקלט געפֿינט זיך דער באַקאַנטער גמ״ח „חסדי יעלה‟, וווּ אַ כּלה קאָן קריגן אַ חופּה־קלייד פֿאַר אַ צוטריטלעכן פּרײַז. דער סאַלאָן, דאָס גרעסטע געשעפֿט פֿון אַזאַ מין אין דער שטאָט, האָט זיך געעפֿנט מיט 10 יאָר צוריק, ווען צוויי שוועסטער, נעמי טוך און רחל ניקאָלאַס, האָבן באַקומען פֿון זייער מומע, וואָס וווינט אינעם שטאַט אַטלאַנטע, 20 חופּה־קליידער, וועלכע זיי האָט געטראָפֿן אויף אַ ביליקן אויספֿאַרקויף. הײַנט באַקומען די גרינדערינס נדבֿות פֿון אַרום דער גאַנצער וועלט.
בײַ „חסדי יעלה‟ קאָן מען דינגען אַ שיין חופּה־קלייד, וואָס קאָסט, געוויינטלעך, אַ סך טײַערער, פֿאַר אַ פּאָר הונדערט דאָלאַר. בטח האָט דערציילט, אַז זי האָט זיך נישט געריכט צו באַצאָלן פֿאַר איר קלייד בלויז אַ טויזנט שקל.
די אַנדערע חבֿרות, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיטן ענין פֿון הכנסת־כּלה אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, העלפֿן די כּלות צו זאַמלען געלט און זיך צוגרייטן צו דער חתונה. אַזעלכע געשעפֿטן זענען גאָר פּאָפּולער אין די פֿרומע קהילות. אַחוץ דער גשמיותדיקער הילף, זענען אין ירושלים פֿאַראַן אַ סך ספּעציעלע לערערינס, וואָס דערקלערן די קומענדיקע מאַמעס, ווי אַזוי מחנך צו זײַן זייערע קינדער על־פּי־תּורה.
יוסף־יצחק ליפֿשיץ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע אינעם ירושלימער אַקאַדעמישן צענטער „שלם‟, באַמערקט, אַז ספּעציעלע חסד־חבֿרות, וואָס האָבן זיך פֿאַרנומען מיט די ענינים פֿון הכנסת־כּלה, האָבן עקזיסטירט אין פּוילן נאָך מיט 300 יאָר צוריק. אין ארץ־ישׂראל איז עס אָבער אַ רעלאַטיוו נײַער פֿענאָמען. די פֿרומע באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט איז זיך צעוואַקסן, במשך פֿון די לעצטע צענדליקער יאָר, אָבער געוואָרן אָרעמער. פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען די פּרײַזן פֿון דירות און אַנדערע טעגלעכע הוצאות געשטיגן, דערפֿאַר האָבן די קהילות אויפֿגעשטעלט אַ נעץ פֿון אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס.
אַחוץ די חרדים, זענען די גמ״חים אויך פּאָפּולער צווישן די בעל־תּשובֿות, וואָס באַזעצן זיך אָפֿט אין ישׂראל אַליין און נייטיקן זיך אין שטיצע, ווײַל זייערע וועלטלעכע משפּחות אין אויסלאַנד זענען לאַוו־דווקא פֿאַראינטערעסירט אין די פֿרומע חתונה־פּלענער.
געוויסע חסד־אָרגאַניזאַציעס האָבן אַן אידעאָלאָגישן טעם, פֿאַרבונדן מיט די קריסטלעכע ציוניסטן און די רעכטע ייִשובֿניקעס. „חסדי יעלה‟ איז אַ נייטראַלע חבֿרה, וואָס פֿירט נישט קיין אויספֿאָרשונגען פֿון פֿינאַנציעלן מצבֿ, ווען עמעצער ווענדט זיך צו איר. עס טרעפֿט זיך צומאָל, למשל, אַז אַ כּלה באַשטעלט אַ נישט טײַער חופּה־קלייד אויף דער אינטערנעץ, און געפֿינט אויס, אַז עס פּאַסט נישט. דעמאָלט קאָנען זיי דינגען אַ נײַ קלייד פֿונעם גמ״ח און אָפּגעבן די אומפּאַסיקע אינטערנעץ־סחורה ווי אַ נדבֿה פֿאַר אַנדערע כּלות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.