דער ייִדישער פּאָעט וואָלף יונין איז געווען אַן אָנגעזעענע פּערזענלעכקייט אין די ניו־יאָרקער ייִדיש־קרײַזן פֿון די 1930ער יאָרן ביז זײַן טויט אין 1984. ער איז געווען אַ מענטש מיט אַ סך טאַלאַנטן: נישט נאָר האָט ער געשאַפֿן פּאָפּולערע לידער ווי „דער ייִד דער שמיד‟ און „זינג שטיל‟, נאָר ער האָט אויך געזאַמלט כּסדר פֿאָלקלאָר, געפֿירט לינגוויסטישע און וויסנשאַפֿטלעכע רובריקן אינעם „פֿאָרווערטס‟, אָנגעפֿירט מיט טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען און געווען אַ פּאָפּולערער ייִדיש־לערער אין ראָטגערס, קאָלומביע און קווינס־קאָלעדזש.
„ער פֿלעגט דערציילן געשיכטעס וועגן מיזרח־אייראָפּע און וועגן די ייִדישע שרײַבער מיט אַזאַ באַגאַבטקייט, אַז די סטודענטן פֿלעגן ממש זיצן פֿאַרכּישופֿט,‟ האָט דערקלערט פּראָפֿעסאָר טאַם בוירד, פּראָפֿעסאָר פֿון רוסישער ליטעראַטור אין קווינס־קאָלעדזש און אַ יאָרן־לאַנגער ליבהאָבער פֿון ייִדיש.
אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ ייִדישע שרײַבער און לערער, האָט יונין אויך קולטיווירט אַ גאָרטן, פֿול מיט גרינסן און פֿרוכטביימער, געבאַקן ברויט, געשאַפֿן קונסט, און אַפֿילו געקענט סטאָליערײַ — צונשויפֿגעשטעלט ביכער־שאַפֿעס און אַליין געבויט די וועראַנדע פֿון זײַן הויז, האָט זײַן טאָכטער, דינה מאַן, אַ פּסיכאָטעראַפּעפֿט און יאָרן־לאַנגע טענצערין, דערציילט לעצטנס דעם „פֿאָרווערטס‟ בעת אַן אינטערוויו אין איר דירה אין קווינס, נ״י.
דערצו האָט יונין יאָרן לאַנג פֿאַרדינט ווי אַ צאָן־טעכניקער. דאָס האָט אים דערמעגלעכט צו מאַכן פּרנסה, ווײַל בלויז פֿון ייִדיש־שרײַבן און ייִדיש־לערערײַ וואָלט ער מסתּמא נישט געקאָנט אויספֿירן צו פֿאַרמאָגן אַ הויז.
אין זײַן פֿרײַער צײַט פֿלעגט ער גיין אויף שפּאַצירן אין וואַלד און פֿאָרן שעהען לאַנג אויפֿן וועלאָסיפּעד. „מײַן טאַטע האָט שטאַרק ליב געהאַט די נאַטור, ווײַל ער איז דערצויגן געוואָרן אויף אַ פֿאַרם,‟ האָט דינה דערציילט. „ווען איך בין געווען 10 יאָר אַלט, פֿלעגט ער מיך מיטנעמען אויף די וועלאָסיפּעד־עקסקורסיעס, און כ׳בין געווען זייער גליקלעך.‟
יונין האָט געהאַט נאָך אַ מעלה: ער איז געווען שלאַנק, זייער שיין און כאַריזמאַטיש. געלע שווייד־פֿישמאַן, די גרינדערין פֿונעם „אַרכיוו פֿון סעקולערע ייִדישע שולן אין צפֿון־אַמעריקע‟ אין סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט, האָט דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז יונין איז געווען איר ערשטער ייִדיש־לערער, אין 1935, און געמאַכט זייער אַ שטאַרקן אײַנדרוק אויף איר, אַ מיידעלע פֿון צען און אַ האַלב יאָר. „ער איז געווען זייער יונג, מיט בלאָנדע האָר, בלאָע פֿינקלענדיקע אויגן און אַ שיינעם שמייכל. אַלע מיידלעך זענען געווען פֿאַרליבט אין אים,‟ האָט זי געזאָגט.
אָבער ווי דינה דערציילט, האָט יונין אויך געהאַט אַ צווייטע זײַט, וואָס האָט געשאַפֿן צרות אין זײַן פּריוואַטן לעבן. „ער איז געווען זייער ליבעוודיק און גוט־האַרציק, אָבער געווען אויך אַ מענטש מיט סודות,‟ האָט זי געזאָגט. סודות וועגן אַמאָליקע אַלקאָהאָל־פּראָבלעמען, לינקע ליבעס, און וועגן זײַנע קינדער־יאָרן, וועגן וועלכן ער האָט קיין מאָל נישט גערעדט. „ביזן הײַנטיקן טאָג ווייס איך אַפֿילו נישט ווי זײַן טאַטע־מאַמע האָבן געהייסן,‟ האָט זי געזאָגט.
געבוירן איז וואָלף יונין אין אירקוצק, רוסלאַנד, אין 1908, מיטן נאָמען האָכמאַן. ער איז געווען דאָס קינד פֿון זײַן טאַטנס צווייטער פֿרוי — אַ גיורת, וועלכע האָט געשטאַמט פֿון אַן אָנגעזעענער פּראָטעסטאַנטישער משפּחה, האָט דינה דערציילט. אפֿשר טאַקע פֿון איר האָט יונין געירשנט די בלאָע אויגן און בלאָנדע האָר…
מע האָט אים געשיקט אין חדר, און מסתּמא האָט ער אויך פֿאַרבראַכט אַ שטיקל צײַט אין אַ ישיבֿה, ווײַל אין די שפּעטערע יאָרן האָט ער אָפֿט געשעפּט פֿון פֿאַרשידענע לומדישע מקורים, האָט באַמערקט ד״ר חווה לאַפּין, אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין אין קווינס־קאָלעדזש, וועלכע האָט נאָך זײַן טויט געאַרבעט עטלעכע חדשים לאַנג אויף זײַן אַרכיוו אין ייִוואָ. אין 1979־1980 האָט ער אינעם „פֿאָרווערטס‟ געדרוקט אַ לאַנגע סעריע רשימות פֿון לשון־קודש־אָפּשטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש, וואָס איז אָבער קיין מאָל נישט פּובליקירט געוואָרן אין אַ בוך־פֿאָרעם.
זײַן ערשט בוך פּאָעזיע האָט ער אַרויסגעלאָזט אין 1928, אין ביאַליסטאָק, און האָט זיך באַזעצט אין אַמעריקע מיט צוויי יאָר שפּעטער. „ער איז געווען אַן אָרעמער אימיגראַנט, און האָט חתונה געהאַט מיט אַ פֿרוי אין שיקאַגע, אָבער זיי האָבן זיך שפּעטער געגט,‟ האָט דינה געזאָגט.
יונין איז געוואָרן אַקטיוו אין די לינקע קרײַזן, און האָט מיט אַ ברען דערציילט זײַנע יונגע תּלמידים אין דער ייִדישער שול וועגן די העלדן פֿון דער אַנאַרכיסטישער באַוועגונג. „פֿון אים האָב איך צום ערשטן מאָל געהערט וועגן סאַקאָ און וואַנסעטי,‟ האָט געלע געזאָגט. ניקאָלאַ סאַקאָ און באַרטאָלאָמעאָ וואַנסעטי זענען געווען פֿאַרברענטע אַנאַרכיסטן, וועלכע האָבן באַקומען טויטשטראָף צוליב אַ רויבערײַ אין אַ שיך־פֿאַבריק — אַן אורטייל וואָס מע האָט שפּעטער באַוויזן, אַז ס׳איז געווען נישט־באַרעכטיקט.
אַ יאָר נאָך דעם ווי געלע האָט זיך פֿאַרשריבן אין דער ייִדישער שול, האָט מען אָבער יונין באַזײַטיקט פֿון זײַן פּאָזיציע. צי ס׳איז געווען צוליב זײַן אַנאַרכיסטישער „אַגיטאַציע‟ אין קלאַס, צי צוליב אַנדערע סיבות, ווייסט געלע עד־היום נישט.
אין 1939, בעת אַ פּאָעזיע־אָוונט, האָט יונין זיך באַקענט מיט סילוויע גובערמאַן, וועלכע איז אויך געווען אַקטיוו אין די לינקע קרײַזן און שפּעטער אַליין געוואָרן אַ ייִדישע שרײַבערין, איבערזעצערין און קינסטלערין. זיי האָבן חתונה געהאַט, און געהאַט צוויי טעכטער.
הגם בפֿרהסיא איז יונין געווען באַקאַנט פֿאַר זײַן וואַרעמקייט און גוטן הומאָר, איז דאָס לעבן אין דער היים אָבער געווען ווײַט פֿון פֿויגלדיק. „ווען איך בין געווען אַ קליין קינד, איז ער נאָך געווען זייער גוט צו מיר, ר׳האָט מיך מיטגענומען אויף זײַנע וועלאָסיפּעד־עקסקורסיעס, און מיר געגעבן צאַצקעלעך, אָבער ס׳האָט זיך אַלץ געביטן, ווען איך בין געוואָרן 15 יאָר.
„ער האָט אָנגעהויבן זיך שטאַרק קריגן מיט מײַן מאַמען, כאָטש איך האָבן נישט געוווּסט פֿאַר וואָס,‟ האָט דינה דערציילט. „ער פֿלעגט געבן אַ זעץ אין טיש, אַז די פֿענצטער האָבן געציטערט. ס׳האָט אונדז שטאַרק איבערגעשראָקן ווײַל ער האָט געהאַט אַזוינע גרויסע מוסקלען, אַז איך האָב מורא געהאַט ער זאָל אונדז אָנשלאָגן. די מאַמע פֿלעגט שטיל זיך בעטן בײַ אים: ׳וועלפֿקע, וועלפֿקע…׳ און ער האָט געענטפֿערט מיט כּעס: ׳פֿאַרשווײַג מיך נישט!׳ און שעלטן אויף רוסיש.‟
דינה האָט אַליין נישט געוווּסט ווי „נישט־לײַטיש‟ ס׳זענען געווען יענע רוסישע אויסדרוקן ביז ס׳האָט זיך בײַ איר איין מאָל אַרויסגעכאַפּט איינער פֿון זיי בעת אַ טאַנץ־רעפּעטיציע. „מײַן רוסישע טאַנץ־לערערין האָט זיך איבערגעשראָקן, ווען זי האָט דאָס דערהערט פֿון מײַן מויל,‟ האָט זי געזאָגט. „זי איז גלײַך צוגעלאָפֿן צו מיר און זיך געבעטן בײַ מיר: ׳אוי, זאָג דאָס נישט! דו ביסט דאָך אַ גוט מיידל!׳ האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען ווי שלעכט די ווערטער זענען געווען.‟
„די מאַמע האָט מיר דערציילט, אַז יונגערהייט האָט דער טאַטע געשיכּורט אַ סך, און דערפֿאַר האָט ער אין די שפּעטערע יאָרן קיין מאָל נישט געטרונקען קיין טראָפּן,‟ האָט דינה באַמערקט. אַ טייל מענטשן האָבן דערמאָנט, אַז יונין איז געווען גוטע פֿרײַנד מיטן פּאָעט מאַני לייב (כאָטש מאַני לייב איז געווען מיט 15 יאָר עלטער), מיט וועמען ער האָט געאַרבעט אין קעמפּ בויבעריק, און זיי פֿלעגן זיך אָפֿט אָנשיכּורן צוזאַמען מיט די אַנדערע חבֿרה־לײַט, און גיין „הוליען‟ מיט די מיידלעך.
„אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז געווען זייער פֿאַרשפּרייט דער געדאַנק פֿון פֿרײַער ליבע, און אין די לינקע ייִדיש־קרײַזן אויך,‟ האָט געלע באַמערקט. אַ טייל ייִדישע שרײַבער האָבן דעמאָלט געשריבן און אָפּגעדרוקט ליבע־לידער פֿאַר פֿרויען, וועלכע זענען נישט געווען זייערע אייגענע ווײַבער, און דאָס זעלבע האָבן געטאָן די ייִדישע שרײַבערינס. „טיילווײַז, צוליב דעם האָט מײַן מאַמע דווקא נישט געוואָלט, אַז איך זאָל גיין אין אַ ייִדישער שול, ווײַל זי האָט געהאַלטן, אַז ס׳איז נישט קיין געזונטע סבֿיבֿה פֿאַר אַ יונג מיידל,‟ האָט געלע געזאָגט.
„יונין איז געווען אַ שטאַרק עמאָציאָנעלער מענטש, סכּנת־נפֿשות!‟ האָט ד״ר לאַפּין באַמערקט. „דערצו איז ער געווען אַ שטאַרק אויסגעלינקטער, און מסתּמא אויסגעפּרוּווט אַלע יצר־הרעס…‟
הגם דינה און עטלעכע אַנדערע מענטשן האָבן געגעבן אָנצוהערן, אַז יונין האָט געהאַט געליבטע, האָט דינה נישט געוווּסט ווער זיי זענען געווען, און די אַנדערע האָבן אָדער נישט געוווּסט, אָדער נישט געוואָלט אויסזאָגן. נאָך זײַן טויט האָט די ייִדישע אַקטריסע מינע בערן, אַ נאָענטע חבֿרטע יונינס, טאַקע פֿאַרזיכערט סילוויע: „איך בין מיט אים קיין מאָל נישט געשלאָפֿן,‟ האָט דינה געזאָגט.
„ווי אַ מיידל האָט עס מיך שטאַרק וויי געטאָן, וואָס ער פֿלעגט לויבן אַנדערע מיידלעך פֿון מײַן שול. פֿאַר וואָס האָט ער תּמיד געזוכט ליבע, מחוץ דער משפּחה? די מאַמע פֿלעגט דאָס הערן און זיך מאַכן נישט־וויסנדיק, ׳זיך אײַנגראָבן׳ אין דער צײַטונג.‟
כאָטש דינה זאָגט, אַז די מאַמע האָט יאָ אַרויסגעוויזן ליבשאַפֿט צו די טעכטער, האָט זיך דינהן אויסגעדאַכט, אַז די מאַמעס געדאַנקען זענען געווען ערגעץ אַנדערש, און אַז זי האָט מסתּמא געליטן פֿון דעפּרעסיע. דעם טאַטן האָט זי אָבער אין גאַנצן נישט פֿאַרשטאַנען. פֿון איין זײַט, האָט זי געוווּסט ווי טײַער ס׳איז אים געווען די ייִדישע שפּראַך און קולטור, און ווי שטאַרק מע האָט אים געשעצט אין דער ייִדיש-וועלט, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, האָט ער די טעכטער געגעבן אַ קנאַפּע ייִדישע דערציִונג. „מיר זענען געגאַנגען זעקס חדשים לאַנג אין אַ ייִדישער שול, אָבער מער ווי דאָס — נישט,‟ האָט זי געזאָגט.
ס׳פֿלעגן זיך צונויפֿקומען בײַ זיי אין דער היים באַקאַנטע ייִדישע זינגער און טעאַטער־מענטשן: מאַשע בעניע, סידאָר בילאַרסקי, מינע בערן, משה ראַוך, ריטאַ קאַרען (קאַרפּינאָוויטש) און חיהלע אַש. מע האָט געשמועסט, געזונגען און געלאַכט. דינה פֿלעגט זיך צוקוקן ווי אַלע פֿאַרברענגען, אָבער האָט זיך נישט געפֿילט ווי קיין טייל דערפֿון.
„זיי האָבן אונדז קיין מאָל נישט געפּרוּווט אַרײַנציִען אין זייער סבֿיבֿה, אָבער אין דער זעלבער צײַט, זענען זיי געווען ברוגז, וואָס מיר ווײַזן צו דעם נישט אַרויס קיין אינטערעס.‟
„דעם אמת געזאָגט, האָט עס מיר טאַקע אויסגעזען מאָדנע. כ׳האָב זיי נאָר געוואָלט זאָגן: דו זאָגסט דו ביסט אַ ייִד, אָבער דערנאָך פֿאַרלאָזסטו דײַן גאָט לטובֿת שפּראַך און קולטור?‟ זי אַליין האָט געדאָרשט נאָך אַ מער רעליגיעזער פֿאַרבינדונג. זעענדיק, אַז בײַ אירע סעקולערע עלטערן וועט זי עס נישט געפֿינען, האָט זי אָנגעהויבן אַרײַנגיין אין די קלויסטערס, און איז ממש פֿאַרכּישופֿט געוואָרן פֿון דער אָרגל־מוזיק און דער וואַרעמקייט פֿון די גלחים און דעם גאָטסדינסט. ווי אַ דערוואַקסענע, האָט זי שטודירט אין עטלעכע צווישן־רעליגיעזע טעאָלאָגישע סעמינאַרן און באַקומען אַ דיפּלאָם, וואָס דערמעגלעכט אירי צו דינען ווי אַ גײַסטיקע פֿירערען פֿאַר אַלע רעליגיעס. הײַנט, אויפֿן טיש אין איר גאַסטצימער, אָנגעשפּאַרט אין דער וואַנט, שטייט טאַקע אַ בילד פֿון יעזוס — אַ סימן, אַז דינה האָט אויסגעקליבן אַ גאָר אַנדערן דרך פֿון אירע טאַטע־מאַמע.
אינטערעסאַנט, אַז איבערן בילד פֿון יעזוסן — הענגט איר טאַטנס אַ קינסטלערישע צייכענונג פֿון די דרײַ אותיות, ג־אָ־ט.
יונינס אַמאָליקע קאָלעגעס האָבן נישט געוווּסט, וואָס עס האָט זיך געטאָן בײַ אים אין דער היים, אָבער אייניקע האָבן באַמערקט, אַז עפּעס איז געווען נישט גלאַטיק. „שפּעטער, אין די 1960ער יאָרן, איז אים געווען אָנגעזאָליעט אויפֿן האַרצן, ער איז געווען פֿאַרביטערט אויף דער גאַנצער וועלט,‟ האָט באַמערקט מרים האָפֿמאַן, אַ געוועזענע ייִדיש־לערערין אין קאָלומביע.
אַנדערע פֿרײַנד און קאָלעגעס האָבן אָבער געזאָגט, אַז ער האָט שטאַרק ליב געהאַט זײַן אַרבעט, און דערפֿאַר זיך תּמיד באַצויגן צו אַלעמען און אַלצדינג מיט באַגײַסטערונג און הומאָר.
„ער איז תּמיד אַרומגעגאַנגען מיט אַ וואַרעמען שמייכל, און זיך געוויצלט,‟ האָט ד״ר לאַפּין געזאָגט. „ער האָט יעדן טאָג, למשל, געטראָגן אַ רוקזעקל מיט ביסקוויטן און קעז, און געזאָגט: ׳כ׳גיי קיין מאָל נישט אַרויס פֿון שטוב אָן פּראָוויאַנטן!
„מיר האָבן אים פֿאַרגעטערט,‟ האָט באַמערקט נינאַ ראָגאָוו, די אַלמנה פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר, דוד ראָגאָוו, וואָס ביידע זענען יאָרן לאַנג געווען זײַנע גוטע פֿרײַנד. „ער איז געווען זייער סימפּאַטיש מיט אַ סך הומאָר. מיר פֿלעגן שמועסן אויפֿן טעלעפֿאָן שעהען לאַנג, און זיך געהאַלטן אין איין וויצלען.‟
ווען יונין איז געשטאָרבן פֿון אַ לונגען־ראַק צו 76 יאָר, איז עס געווען אַ גרויסער קלאַפּ פֿאַר סילוויע. זײַן באַליבטן מאַנטל און היטל האָט זי געשאָנקען דוד ראָגאָוון, אָבער יאָרן לאַנג האָט זי נישט געוואָלט מע זאָל אַרבעטן אויף זײַן אַרכיוו. די טויזנטער צעפֿלויגענע בויגנס פּאַפּיר און צעטעלעך, פֿול מיט נאָטיצן, האָבן איר דערמאָנט אין זײַן ענערגישער, צעצווײַגטער פּערזענלעכקייט, און דערפֿאַר האָט זי עס געוואָלט האַלטן אַזוי.
ערשט אין 2011, ווען סילוויע האָט שוין אַליין געהאַלטן בײַם סוף פֿון לעבן, האָט זי דערלויבט דינהן אַוועקצוגעבן דעם אַרכיוו אין ייִוואָ — בסך־הכּל, 80 קעסטלעך, פֿול מיט קאָרעספּאָנדענץ, שאַפֿערישע און פּערזענלעכע מאַטעריאַלן. דער אַרכיוו ליגט דערווײַל אין סקלאַד פֿון ייִוואָ און וואַרט, אַז עמעצער זאָל אים, סוף־כּל־סוף, אויססדרן.
הײַנט רעדט דינה וועגן איר טאַטן מיט ליבשאַפֿט און מיט באַדויער, וואָס די באַציִונגען צווישן זיי זענען נישט געווען וואַרעמער. זי איז מקפּיד אַרײַנצושטעלן מעלדונגען אין דער פּרעסע סײַ אויף זײַן, סײַ אויף איר מאַמעס יאָרצײַט — אַ זאַך, וואָס אַ סך קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער טוען דווקא נישט.
זי זעט אים הײַנט מיט אַנדערע אויגן. הגם זײַן גאַנץ לעבן האָט ער זיך געהאַלטן פֿאַר אַ פֿרײַדענקער, זאָגט זי, אַז פֿאַר זײַן פּטירה, האָט ער דווקא געהאַלטן אין דער האַנט אַ באַנד יהואשס איבערזעצונג פֿון תּנ״ך — און געלייענט תּהילים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.