צי האָבן די פּאָליאַקן פּראָפֿיטירט פֿון דער מלחמה?

Did the Poles Profit From the Holocaust?


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published October 08, 2014, issue of October 24, 2014.

אומוויסן איז געווען איינע פֿון די חשובֿסטע סיבות פֿאַר ייִדן-האַס בכלל און דעם חורבן בפֿרט — דאָס דערציילט מען אונדז טאָג אײַן, טאָג אויס. לויט אָט דער לאָגיק, דאַרף מען נאָר בעסער באַקענען די גויים, ווער עס זענען די ייִדן, זיי זאָלן אונדז אָנהייבן ליב האָבן. במילא, וועט עס שוין מער נישט קומען צו אַ צווייטן חורבן.

נאָך אַ באַנאַלע טענה, וואָס מען הערט אין אַמעריקע, איז, אַז דער חורבן איז געווען אַ פּועל־יוצא פֿון אַן אומראַציאָנעלן האַס. מען דאַרף נאָר ברענגען מענטשן צום שׂכל, און זיי וועלן אונדז ליב האָבן. זיי וועלן סוף־כּל־סוף פֿאַרשטיין, אַז מיר זענען נישט בעסער און נישט ערגער פֿון אַנדערע מענטשן…

ווען מען לעבט אין פּוילן, זעט מען בפֿירוש, אַז די צוויי טענות זענען נישט מער ווי פּוסטע באָבע־מעשׂיות.

מיליאָנען פּאָליאַקן וווינען ביז הײַנט אין די הײַזער, וואָס האָבן אַ מאָל געהערט צו זייערע ייִדישע שכנים. די באָבע-זיידעס אָדער טאַטע-מאַמעס פֿון די איצטיקע באַזיצער האָבן זייער גוט געקענט זייערע ייִדישע שכנים. ווען זיי קענען זיי נישט, וואָלטן זיי נישט איבערגענומען זייערע דירות. דאָס איז איין מאָל אַוועק.

והשנית, די פּאָליאַקן וואָס האָבן באַראַבעוועט זייערע ייִדישע שכנים, זענען אין גאַנצן נישט געווען אומראַציאָנעל. פֿאַרקערט: צואייגענען יענעמס דירה איז אפֿשר נישט מאָראַליש, אָבער פֿולקאָם ראַציאָנעל. אַנשטאָט צו האָרעווען דאָס גאַנצע לעבן קען מען פּשוט זיך אַרײַנציִען אין אַ שיינער דירה, און דאָס אַלץ בחינם. לאָמיר זײַן ערלעך: ווען אַ פּאָרטיער הײַנט, אין ניו־יאָרק, ווייסט, אַז ער קען איבערנעמען די שיינע דירה פֿון זײַנע ייִדישע באַלעבאַטים אויף פּאַרק־עוועניו, למשל, וואָלט ער עס מסתּמא געטאָן. דווקא, ווײַל ער קען זיי און דווקא, ווײַל עס וואָלט געווען זייער ראַציאָנעל. ווער וויל נישט זײַן קיין מיליאָנער, אַ באַזיצער פֿון אַ פּרעכטיקער דירה אין מיטן דער שטאָט, און אָן שום מי דערצו?

אַ נײַ בוך איז נאָר וואָס אַרויס אין פּוילן, וואָס פֿאַרנעמט זיך טאַקע מיט אָט דער טעמע — דאָס רײַך ווערן אויפֿן חשבון פֿון די ייִדישע קרבנות.

דאָס רובֿ פּאָליאַקן, זײַט וויסן, טענהן, אַז במשך פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע האָבן די ייִדן געליטן, אָבער זיי האָבן אויך נישט געלעקט האָניק. הראיה האָט איר: די דײַטשן האָבן דערהרגעט דרײַ מיליאָן פּוילישע ייִדן, אָבער דרײַ מיליאָן פּוילישע קאַטאָליקן אויך. די פּאָליאַקן האָט מען אויך פֿאַרשיקט קיין אוישוויץ.

דאָס נײַע בוך מיטן טיטל KLUCZE I KASA — „שליסל און געלט‟, דערציילט אָבער, אַז אַ סך פּאָליאַקן האָבן יאָ פּראָפֿיטירט פֿונעם חורבן. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ טעמע, וואָס מען האָט נישט ליב צו דעבאַטירן אין לאַנד. די גרויסע פּוילישע צײַטונג „גאַזעטאַ וועבאָרטשאַ‟ גיט אין איין שורה די באַקוועמע פּוילישע לייזונג פֿאַר דעם חורבן — „די חרפּה איז פֿאַר די דײַטשן, די הײַזער — פֿאַר אונדז.‟

ווי באַקאַנט, איז די הויפּט־סיבה אויסצוראָטן די ייִדן, געווען אַן אידעאָלאָגישע, נישט קיין עקאָנאָמישע. פֿון דעסטוועגן, האָבן די דײַטשן נישט נאָר געהרגעט די ייִדן, זיי האָבן אויך געגנבֿעט בײַ די ייִדן אַלץ, וואָס סע לאָזט זיך — פֿון די קונסט־ווערק ביז די גאָלדענע ציין. נאָר וואָס זשע? נישט אַלץ לאָזט זיך אַזוי לײַכט טראַנספּאָרטירן קיין דײַטשלאַנד. ווען די דײַטשן האָבן געשיקט די ייִדן אין די טויט־לאַגערן, זענען די פּאָליאַקן, נישט די דײַטשן, אַרײַן אין זייערע דירות. זיי זענען פּשוט געווען אויפֿן אָרט. אַגבֿ, אָפֿטמאָל האָבן זיי אַפֿילו נישט געוואַרט ביז מען זאָל אַרויסיאָגן די ייִדן פֿון זייערע דירות. זיי האָבן אַליין אַרויסגעיאָגט זייערע ייִדישע שכנים. עמנואל רינגעלבלום שרײַבט דעם 20סטן אָקטאָבער 1940 אין „כּתבֿים פֿון געטאָ‟:

„מיט אַ פּאָר טעג צוריק האָבן זיך די קריסטן אַרײַנגעריסן אויף זשעלאַזנע 43, און מיט געוואַלט פֿאַרנומען די ייִדישע וווינונגען. זיי האָבן אויפֿגעהאָנגען אַ צלם און געזאָגט: ‘פּרוּווט עס נאָר אָנרירן’.‟ די פּוילישע משפּחות וווינען דאָרטן מסתּמא עד־היום.

ווער עס וויל הערן מער אָדער רעאַגירן אויף די שווערע טענות פֿונעם בוך, ווערט פֿאַרבעטן אויף אַ דעבאַטע מיט די מחברים, באַרבאַראַ ענגעלקינג, יאַן גראַבאָווסקי, קשישטאָף פּערסאַק און יאַראָסלאַוו קורסקי. די דעבאַטע קומט פֿאָר דעם 30סטן אָקטאָבער בײַ דער רעדאַקציע פֿון „גאַזעטאַ וועבאָרטשאַ‟, טשערסקע־גאַס, נומער 8.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.