איר מיינט, אַז אַלע סוכּות האָבן דעם זעלבן טעם? ריין טשאַן־קאַלין, אַ יונגער דיזײַנער פֿון דער פֿירמע „פֿרידמאַן ברוגעמעיער‟ איז געווען פֿון קינדווײַז אָן צוגעוווינט צו די טיפּישע פּשוטע סוכּות, און אויך אַזוי געטראַכט. דרײַ ווענט, צומאָל פֿיר, דער באַמבוק אויפֿן דאַך — ווייניק חידושים פֿונעם אַרכיטעקטור־קוקווינקל. ווען טשאַן־קאַלין האָט זיך בעסער באַקענט מיט די הלכות־סוכּה, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז אַן אַרכיטעקט קאָן שאַפֿן, אויפֿן סמך פֿון די הלכה־כּללים, כּלערליי חידושדיקע געבײַדעס.
מיט עטלעכע חדשים צוריק, איז דער יונגער דיזײַנער געווויר געוואָרן וועגן דעם פֿאַרמעסט SukkahPDX, אָרגאַניזירט דורכן ייִדישן מוזיי און דעם צענטער פֿון חורבן־שטודיעס אין אָרעגאָן. די באַטייליקטע לייגן פֿאָר זייערע סוכּה־פּראָיעקטן, פּרוּוונדיק אָפּצוטײַטשן די אַלטע ייִדישע מיצווה אויף אַ חידושדיקן הײַנטצײַטיקן שטייגער. הײַיאָר, ווערט דער יערלעכער פֿאַרמעסט דורכגעפֿירט צום דריטן מאָל.
קאָרען ראַו, דער מיטקוראַטאָר פֿונעם פֿאַרמעסט האָט דערקלערט, אַז פֿאַר אַן אַרכיטעקט קאָנען די הלכות־סוכּה קלינגען ענלעך צו אַ מאָדערנער קאָנסטרוקציע־אידעע. געוויסע עלעמענטן פֿון דער קאָנסטרוקציע טאָר מען נישט בײַטן. למשל, דער סכך מוז געמאַכט ווערן אויף אַ כּשרן אופֿן פֿון אַ פֿלאַנץ־מאַטעריאַל. די סוכּה אַליין קאָן אָבער אויפֿגעשטעלט ווערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים.
די האַרבסטיקע אַסאָציאַציעס מיט לאַדנווירטשאַפֿט דערמעגלעכן צו שאַפֿן אויף אַזאַ אופֿן, אַז אַפֿילו אַן נישט ייִדן קאָנען אָפּשאַצן די דאָזיקע ייִדישע טראַדיציע. ראַו האַלט, אַז דער עיקר־ענין פֿונעם קומענדיקן יום־טובֿ האָט צו טאָן מיטן ייִדישן קהילה־לעבן, פֿאַראייניקנדיק ייִדן אין דער אומסטאַבילער צײַטווײַליקער געבײַדע, אונטער אַ לעכערדיקן דאַך.
טשאַן־קאַלין איז געווען צווישן די הײַיאָריקע געווינער פֿונעם קאָנקורס. צוזאַמען מיט אַ צאָל אַנדערע מיטאַרבעטער פֿון זײַן פֿירמע, האָט ער צוגעטראַכט אַ זיבן־זײַטיקע קאָנסטרוקציע, וואָס סימבאָליזירט די זיבן „ענני־הכּבֿוד‟, די מיסטישע וואָלקנס, וועלכע האָבן באַגלייט די ייִדן בעת זייער וואַנדערן אינעם מידבר.
יוליאַ דימיטראָוואַ־איליעוואַ און פּעטאַר איליעוו פֿון יודזשין, אָרעגאָן, האָבן פֿאָרגעלייגט אַ מעטאַל־קאָנסטרוקציע אין דער פֿאָרעם פֿון אַ מילגרוים, וואָס רעפּרעזענטירט דאָס ייִדישע אַחדות. אַן אַנדער גרופּע געווינער, גראַדויִר־סטודענטן פֿון בערקלי, בראָש מיט דזשעסיקאַ טשען, האָבן געשאַפֿן אַ סטרוקטור, וואָס דערמעגלעכט אַרויסצוקוקן פֿון דער סוכּה אויף דער דרויסנדיקער וועלט פֿון זיך־בײַטנדיקע דינאַמישע פּערספּעקטיוון.
לויט די כּללים פֿונעם פֿאַרמעסט, מוזן די מאַטעריאַלן קאָסטן נישט מער ווי 400 דאָלאַר. הײַיאָר, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן צוגעגעבן נאָך אַ כּלל, לויט וועלכן די באַטייליקטע מוז דערקלערן, וואָס מע קאָן טאָן מיט די באַנוצטע מאַטעריאַלן, אַנשטאָט זיי סתּם אַרויסצוּוואַרפֿן.
דער קאָנקורס האַָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק אויך אין אַנדערע לענדער. איינע פֿון די הײַיאָריקע געווינער־גרופּעס איז געקומען פֿון פּאַרמע, איטאַליע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.