דער „אַרבעטער־רינג‟ וועט באַלד אָנהייבן צוויי נײַע קורסן אויף ייִדיש, געלערנט דורך דער אינטערנעץ. פֿאַר מיטלדיקע סטודענטן וועט קאָליאַ באָראָדולין, דער ייִדיש־קאָאָרדינאַטאָר בײַם „אַרבעטער־רינג‟, אָנפֿירן מיט אַ נײַעם קורס „לייענט ׳פֿאָרווערטס׳ מיט פֿאַרגעניגן‟, אין וועלכן די סטודענטן וועלן לייענען אַרטיקלען פֿון דער צײַטונג און זיי דיסקוטירן מיט די שרײַבער, וואָס האָבן זיי אָנגעשריבן. פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן וועט אַבֿרהם ליכטענבוים, דער דירעקטאָר פֿונעם בוענאָס־אײַרעסער „ייִוואָ‟ לערנען אַ קורס „ייִדישקייט און ייִדישע געשיכטע דורך ייִדישער ליטעראַטור‟. אינעם קורס וועט מען לייענען די ווערק פֿון שלום־עליכם, איציק מאַנגער, אַהרון צייטלין, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש און אַנדערע שרײַבער, כּדי צו אַנאַליזירן ווי אַזוי די מחברים שפּיגלען אָפּ די ייִדישע געשיכטע און ייִדישקייט אין זייערע מעשׂיות. מע וועט לערנען ביידע קורסן דורך אַ נײַער סאָפֿיסטיזירטער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם ,WebEx, וואָס דערלאָזט, אַז די סטודענטן און דער לערער זאָלן אַלע קענען זען און הערן איינער דעם אַנדערן, ווי אויך טיילן זיך מיט מאַטעריאַלן, וואָס מע קען לייענען גלײַך אויפֿן עקראַן.
„ס׳איז אויסערגעוויינטלעך, אַז מענטשן פֿון פֿאַרשידענע שטעט, שטאַטן און לענדער קענען זיך אַלע לערנען צוזאַמענן‟, האָט קאָליאַ באָראַדולין ענטוזיאַסטיש דערקלערט, בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „ס׳איז באמת גרינג זיך צו באַנוצן מיט דער פּראָגראַם „וועב־עקס‟. און פֿאַרן יונגן דור איז אפֿשר מער באַקוועם, ווײַל מע וווינט הײַנט שוין אין אַ ווירטועלער וועלט‟.
קאָליאַ האָט איבערגעגעבן, אַז די ווירטועלע קלאַסן ברענגען צונויף פֿאַרשידענע מינים מענטשן. „אין איין קלאַס האָבן מיר געהאַט סטודענטן פֿון פֿיר דורות, אַרײַגערעכנט אַ זיידע צוזאַמען מיט זײַן אייניקל. איינער איז געווען אין מאַנהעטן און דער אַנדערער האָט געוווינט אין לאָנג־אײַלאַנד. אין דעם קורס, וואָס האָט געלערנט ווי אַזוי צו לייענען ייִדיש, האָבן מיר געהאַט סטודענטן פֿון דענווער, קאָלאָראַדאָ; פֿון מיניסאָטאַ, ניו־דזשערזי און אַנדערע שטאַטן‟.
חוץ דעם, וואָס סטודענטן קענען זיך באַטייליקן, ניט געקוקט אויף דעם, וווּ זיי געפֿינען זיך, פֿאַרמאָגן די ווירטועלע קלאַסן אַנדערע מעלות. „אַלץ (וואָס קומט פֿאָר אין די קלאַסן) רעקאָרדירט מען און די סטודענטן קענען שפּעטער קוקן דעם פֿילם און זיך אָפּשטעלן אויף די שווערע מאָמענטן, כּדי זיי בעסער פֿאַרשטיין‟, האָט קאָליאַ דערקלערט. ער האָט ווײַטער געזאָגט, אַז דורך „וועב־עקס‟ וועט ער קענען „נוצן אַלץ, וואָס דאָס ׳פֿאָרווערטס׳־וועבזײַטל פֿאַרמאָגט, סײַ אוידיאָ, סײַ ווידעאָ. יעדן קלאַס וועט מען לייענען אַן אַרטיקל, הערן אַ רעפּאָרטאַזש און לייענען אַ ליד, וואָס איז צוגעפּאַסט צום קלאַס. די קוואַליטעט פֿון דער פּראָגראַם איז זייער אַ גוטער, צו לייענען און הערן און זען געדרוקטע מאַטעריאַלן. איך בין אַליין באַגײַסטערט פֿון דעם‟.
וועגן זײַנע ווײַטערדיקע פּלענער נאָך די צוויי קורסן האָט קאָליאַ דערקלערט, אַז ער וויל אָנפֿירן מיט ווירטועלע קלאַסן פֿאַר אָנהייבער, ווי אויך מאַכן קורסן, וואָס זאָלן פֿאָרקומען אין אַנדערע צײַט־זאָנעס. „ס׳איז דאָ אַ באַזונדערער אינטערעס אין אייראָפּע צו די קורסן, בעלנים צו לערנען זיך מיט אַבֿרהם (ליכטענבוים). עס זענען דאָ אויך אַנדערע לערערס, וואָס וואָלטן געקענט לערנען אַזעלכע קורסן‟.
כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן די אינטערנעץ־קלאַסן בײַם „ארבעטער־רינג‟ באַזוכט https://circle.org/what-we-do/yiddish-language/learn-online/ אָדער קלינגט קאָליע באָראָדולין 212-889-6800 צוגאָב־נומער 806.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.