אַ פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס איז לעצטנס נאָמינירט געוואָרן צו שטייען בראָש דעם „דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“, טל חבֿר [כעווער]־כיבאָווסקי — אַ יונגער ישׂראלי, וואָס קומט אויפֿן אָרט פֿונעם שרײַבער און פֿאָרשער זשיל ראָזיע, וועלכער האָט פֿאַרנומען די פּאָזיציע צוואַנציק יאָר.
ווער איז דער חבֿר־כיבאָווסקי? פֿון וואַנען איז ער געקומען? וואָס מאָטיווירט אים אין זײַן אַרבעט? און וואָס זענען זײַנע פּלענער לגבי דעם „דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“, וואָס נישט ווייניק מבֿינים האַלטן אים פֿאַר דער וויכטיקסטער אינסטיטוציע פֿון ייִדישער קולטור אין אייראָפּע? אָט די פֿראַגעס און נאָך אַנדערע האָב איך טעלעפֿאָניש, פֿון ניו־יאָרק, געשטעלט כיבאָווסקין. ס׳איז כּדאַי צו באַטאָנען, אַז זײַנע ערשטע ייִדיש־טריט האָט ער געמאַכט אין בערלין, אַ דאַנק דער „פֿאָרווערטס‟־אַבאָנירונג, וואָס זײַן טאַטע האָט אים געשאָנקען. אָנגעהויבן האָב איך אונדזער טראַנס-אַטלאַנטישן שמועס מיט דער נאַטירלעכער פֿראַגע:
ווער ביסטו, חבֿר־כיבאָווסקי?
דער נאָמען „כיבאָווסקי‟ פֿון מײַנע באָבע־זיידעס, איז העברעיִזירט געוואָרן אויף „חבֿר‟ — און איך האָב באַשלאָסן זיך צוריקצוקערן צום אָריגינאַל, און צו טראָגן ביידע נעמען. כ’בין 28 יאָר אַלט, געבוירן געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין קאַליפֿאָרניע. כ’בין דאָרט נישט געבליבן קיין סך צײַט, און בעצם בין איך אויפֿגעוואַקסן אין ירושלים. אין משך פֿון די לעצטע זעקס יאָר וווין איך אין אייראָפּע, אָנגעקומען אין בערלין אין 2008. און פֿאַקטיש אינעם זעלבן יאָר האָב איך זיך אָנגעהויבן אינטערעסירן סײַ מיט עבֿרית און סײַ אין ייִדיש. כּלומר, מײַן אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך גופֿא איז געוואַקסן אין יענער צײַט, אי פֿון אַ וויסנשאַפֿטלעכן שטאַנדפּונקט, אי פֿון אַ קולטורעלן.
וואָס הייסט, אַ וויסנשאַפֿטלעכער שטאַנדפּונקט?
איך באַשעפֿטיק זיך, בעיקר, מיט דער פּאָליטיק פֿון פֿילאָלאָגיע — די פּאָליטישע אַספּעקטן, וואָס שטייען הינטער דער פֿאָרשונג פֿון לינגוויסטיק. דאָס האָט מיך צוגעצויגן צו ייִדיש: דער אופֿן צו באַשרײַבן דעם לשון־קודשדיקן קאָמפּאָנענט אין ייִדיש דורך די לינגוויסטן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. כ’האָב באַקומען מײַן דיפּלאָם אין געשיכטע פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט. דעם מאַגיסטער האָב איך באַקומען פֿון הומבאָלדט־אוניווערסיטעט אין בערלין, און איך פֿאַרענדיק די טעג מײַן דאָקטאָראַט־אַרבעט אויך אין הומבאָלדט. איך שרײַב וועגן די מיליטער־אויסמײַדער אין גריכנלאַנד און אין רוים אין די אַלטע צײַטן; וועגן דער קולטור־געשיכטע פֿון אָט דעם באַגריף.
ווי ביסטו געקומען צו דער שטעלע פֿון דעם דירעקטאָר?
גאָר צופֿעליק. זשיל ראָזיע, דער געוועזענער דירעקטאָר, אין איינעם מיט יצחק ניבאָרסקין, האָבן אויפֿגעבויט דעם דאָזיקן צענטער. די ביבליאָטעק איז פֿאַראַן נאָך פֿון די 1920ער יאָרן, אָבער נאָר ווי אַ ביבליאָטעק. זי איז געוואָרן אַלץ גרעסער און גרעסער נאָך דער מלחמה, אָפּקויפֿנדיק די אוצרות פֿון די ייִדישע ביבליאָטעקן, וואָס זענען ביסלעכווײַז געשלאָסן געוואָרן. זשיל און יצחק האָבן געטאָן אַ פֿאַנטאַסטישע אַרבעט. ווען איך בין צום ערשטן מאָל אַהער געקומען מיט צוויי יאָר צוריק, האָב איך נישט געקאָנט גלייבן, אַז אַזאַ מין אָרט עקזיסטירט בכלל. איך בין נאָר 2 וואָכן בײַ דער שטעלע, פֿאַרשטיי איך אויכעט, אַז דאָס איז נישט קיין לײַכטע אַרבעט. אין בערלין פֿלעג איך זײַן טעטיק בײַם אָרגאַניזירן ייִדישע זאַכן.
וואָס זענען דײַנע פּלענער לגבי דעם „צענטער‟?
דער ערשטער פּלאַן איז צו פֿאַרהיטן דעם חן פֿון „דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“. דער צענטער, לפֿי־דעתּי, איז הײַנט זייער מצליח, דער וויכטיקסטער פֿון זײַן מין אין אייראָפּע. כ’האָב אָנגעציילט בסך־הכּל 20 קורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור, וואָס מיר גיבן דאָ אָנהייבנדיק פֿון דעם 20סטן סעפּטעמבער, אויף אַלע ניוואָען. דאַרפֿן מיר, ערשטנס, זיך זאָרגן, אַז די פּערסאָנאַל־ענדערונג זאָל בשום־אופֿן נישט שאַטן די שוין אײַנגעוואָרצלטע דערגרייכונגען פֿונעם צענטער.
פֿאַרשטייט זיך, אַז כ׳האָב דערצו מײַנע אייגענע פּלענער לגבי דער צוקונפֿט. אַ וויכטיקער פּראָיעקט מײַנער איז צו עפֿענען דעם צענטער פֿאַר מענטשן, וואָס קומען פֿון אַנדערע ערטער; צוציִען צו אונדז, למשל, סטודענטן פֿון אַמעריקע אָדער פֿון מיזרח־אייראָפּע; צו ווײַזן דער ייִדישיסטישער וועלט, אַז „דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“ איז נישט נאָר אַ פֿראַנצייזישער צענטער, נאָר גיכער אַ וועלט־צענטער פֿון ייִדיש.
מיר וועלן אָנהייבן איבערזעצן אונדזער מאַטעריאַל אויף ענגליש; און מיר האָפֿן צו שאַפֿן אַ הסכּם מיט אוניווערסיטעטן, זיי זאָלן צו אונדז אָנהייבן שיקן סטודענטן, כּדי צו באַרײַכערן ווײַטער ביידע צדדים. סטודענטן פֿון דער גאָרער וועלט זאָלן וויסן, אַז מע דאַרף נישט קענען בײַ אונדז קיין אַנדער שפּראַך, אַחוץ ייִדיש; און דאָס איז אויך אונדזער אייגנאַרטיקייט, פֿאַרשטייט זיך.
וואָס קאָן אַ „פֿרעמדער‟ סטודענט באמת דערוואַרטן, ווען ער קומט צו אײַך?
ער וועט באַקומען, קודם־כּל, קורסן מיט גרויסע ייִדיש־לערער, צום אַלעם ערשטן, יצחק ניבאָרסקי. כּמעט אַלע אַנדערע לערער דאָ זײַנען געווען זײַנע תּלמידים. ס׳וועט אים זײַן צוטריטלעך די גרעסטע ייִדיש־ביבליאָטעק אין אייראָפּע, וואָס איז כּולל באַזונדערע אַרכיוון פֿון מחברים. פֿאַר די אַמעריקאַנער סטודענטן בפֿרט, וועט עס זײַן אַ גרויסע איבערלעבונג צו פֿאָרן דווקא קיין אייראָפּע; צו פֿאַרשטיין די וואָרצלען פֿון ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס פּאַריז איז נישט ווילנע. אָבער אין ווילנע, איז אוממעגלעך הײַנט צו פֿאַרברענגען אַ גאַנצע וואָך אויף ייִדיש, וואָס מע קען יאָ טאָן בײַ אונדז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.