די שטאָט װילנע האָט אַן אַלטן שם, װי „ירושלים ד׳ליטא‟, די שטאָט פֿון דעם גאָון ר׳ אליהו, װי אױך דער צענטער פֿון ייִדישער קולטור, װיסנשאַפֿט און פּאָליטיק. אָבער פֿאַר צװײ אָדער דרײַ דורות װילנער ייִדן פֿונעם געבילדעטן מיטלשטאַנד, איז דװקא רוסיש, ניט ייִדיש אָדער העברעיִש, געװען זייער קולטור־שפּראַך. אין די 1860ער יאָרן איז װילנע בײַ גלײַך מיט אָדעס געװאָרן אַ הױפּט־צענטער פֿון דער ייִדיש־רוסישער קולטור אינעם תּחום־המושבֿ. דאָ האָט געלעבט און געאַרבעט אײנער פֿון די ערשטע רוסיש־ייִדישע ליטעראַטן, לעװ לעװאַנדאַ.
לעװאַנדאַס ראָמאַן „די הײסע צײַט‟ (1871-1873) שילדערט די אײראָפּעיִש־געבילדעטע ייִדישע אינטעליגענץ, װאָס זוכט נאָך אַן אײגענע מאָדערנע אידענטיטעט. זײ לעבן אין אַ „הײסער צײַט‟, װען די פּױלישע געזעלשאַפֿט גרײט צו אַן אױפֿשטאַנד קעגן דער רוסישער מלוכה. יונגע ייִדן פֿילן זיך פֿרײַ אין דער װעלט פֿון דער פּױלישער קולטור, אָבער װײַט ניט אַלע זײַנען גרײט זיך מקריבֿ צו זײַן פֿאַר דער פּױלישער „אױטשיזנע‟ (הײמלאַנד). לעװאַנדאַ איז געװען אַ הײסער רוסישער פּאַטריאָט, און דער ציל פֿון זײַן ראָמאַן איז צו װײַזן דער ייִדישער יוגנט, אַז זײער צוקונפֿט איז פֿאַרבונדן מיט רוסלאַנד, ניט מיט פּױלן.
די רוסישע רעגירונג האָט זיך גענײטיקט אין ייִדישער שטיצע בעת איר קאַמף קעגן פּױלישע אױפֿשטענדלער. אין װילנע, װאָס האָט געהאַט אַ קנאַפּע רוסישע באַפֿעלקערונג, זײַנען דװקא די ייִדן געװאָרן די טרעגער פֿון דער רוסישער קולטור. זין און טעכטער פֿונעם ייִדישן מיטלשטאַנד האָבן זיך געלערנט אין מלוכישע און פּריװאַטע רוסישע שולן, װאָס האָבן זיך געעפֿנט נאָך דער מפּלה פֿונעם פּױלישן אױפֿשטאַנד. צװישן זײ איז געווען אויך די מוטער פֿונעם באַרימטן רוסישן דיכטער אָסיפּ מאַנדעלשטאַם. אין װילנע האָט זי ליב באַקומען די רוסישע שפּראַך און ליטעראַטור, בפֿרט דעם גרױסן רוסישן דיכטער אַלעקסאַנדער פּושקין.
אָבער ליבע צו דער רוסישער קולטור האָט ניט גורם געװען אַסימילאַציע אין דער רוסישער געזעלשאַפֿט. להיפּוך צו די גרעסערע שטעט, אַזעלכע װי פּעטערבורג אָדער אָדעס, האָט װילנע פּשוט ניט פֿאַרמאָגט קײן גרױסע רוסישע סבֿיבֿה. די געבילדעטע רוסן האָבן דאָ געדינט אין דער אַרמײ און אַדמיניסטראַציע; לרובֿ האָבן זײ געשטאַמט פֿון אַנדערע ערטער פֿון דער ריזיקער רוסישער אימפּעריע און ניט געהאַט קײן נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט דער שטאָט. ייִדן זײַנען פֿאַר זײ געװען פֿרעמד און אומסימפּאַטיש. אַ היפּשע צאָל תּושבֿים אין און אַרום װילנע האָבן גערעדט װײַסרוסיש, אָבער דאָס זײַנען געװען פּראָסטע מענטשן װײַט פֿון דער הױכער רוסישער קולטור. אויף אַזאַ אויפֿן האָט מען געקאָנט רעדן רוסיש אין דער הײם און בלײַבן אַ ייִד.
צו דעם דאָזיקן שיכט פֿון דער רוסיש–רעדנדיקער אינטעליגענץ האָט געהערט דר׳ יעקבֿ װיגאָדסקי (1856-1941). געבױרן אין אַ פֿרומער חסידישער משפּחה אין באָברױסק, האָט ער פֿאַרענדיקט אַ רוסישע גימנאַזיע און דערנאָך די מיליטערישע מעדיצינישע אַקאַדעמיע אין פּעטערבורג. דאָס האָט אים געגעבן דאָס רעכט צו װױנען מחוץ דעם תּחום–המושבֿ, אָבער ער האָט אױסגעקליבן װילנע פֿאַר זײַן װױנאָרט. ד״ר װיגאָדסקי איז געװאָרן אַ חשובֿער כּלל־טוער און האָט געקעמפֿט פֿאַר ייִדישע אינטערעסן אונטער פֿאַרשידענע פּאָליטישע רעזשימען, װאָס האָבן געהערשט אין װילנע.
נאָך די רוסן איז געקומען די דײַטשישע אַרמײ בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה. דערנאָך, אױף אַ קורצער צײַט, איז די שטאָט געוואָרן אַ טייל פֿון דער ליטװישער רעפּובליק, און אין גיכן אַריבער צו פּױלן. אין משך פֿון פֿינף יאָר, 1922-1927, איז װיגאָדסקי געװען אַ דעפּוטאַט אינעם פּױלישן סײם (פּאַרלאַמענט). װען װילנע איז אָקופּירט געװאָרן דורך סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין 1940, האָט ער געפּועלט בײַ דער נײַער מאַכט, מען זאָל ניט פֿאַרמאַכן די ייִדישע און העברעיִשע שולן. ער איז אומגעקומען על־קידוש־השם אין דער תּפֿיסה אינעם עלטער פֿון 85 יאָר, גלײַך נאָך דער נאַציסטישער אָקופּאַציע, װען ער האָט פּראָטעסטירט קעגן די דײַטשישע רדיפֿות.
װיגאָדסקי האָט אָנגעשריבן דרײַ ביכער זכרונות אױף ייִדיש, ער האָט זיך אַקטיװ באַטײליקט אין דער פּױלישער פּאָליטיק אױף פּױליש, געהאַנדלט מיט די דײַטשן אױף דײַטש, און דערבײַ איז ער פֿאַרבליבן אַ מענטש פֿון דער רוסישער קולטור. ער איז אַרײַן אין דער רוסישער ליטעראַטור אונטער דעם נאָמען יעקבֿ יאַנאָװסקי, װי דער העלד פֿונעם אױטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן „דער װעג גײט אין דער װײַט אַרײַן‟ (1956-1961) פֿון זײַן טאָכטער אַלכּסנדרה ברושטײן.
ברושטײן (1884-1968) האָט געהערט צו דעם צװײטן דור פֿון װילנער רוסיש־רעדנדיקן ייִדישן מיטלשטאַנד. זי האָט זיך געלערנט אין דער בעסטער רוסישער שול פֿאַר מײדלעך און דערנאָך אױף די העכסטע קורסן פֿאַר פֿרױען אין פּעטערבורג. נאָך דער רעװאָלוציע איז זי פֿאַרטאָן געװאָרן אין דער סאָװעטישער שול־ און טעאַטער־אַרבעט. ערשט נאָך סטאַלינס טױט האָט זי געקאָנט פֿאַרעפֿנטלעכן איר אױטאָביאָגראַפֿישע טרילאָגיע, װאָס עד־היום בלײַבט פּאָפּולער בײַם רוסיש־לייענענדיקן לײענער.
ווי אַ סאָוועטישע שרײַבערין, האָט ברושטײן זיך געמוזט צופּאַסן צו דער אידעאָלאָגישער צענזור. זי האָט געשילדערט איר טאַטן װי אַ ברײטהאַרציקער מענטש מיט אַ סאָציאַליסטישן װעלטבאַנעם, װאָס איז תּמיד גרײט געווען צו העלפֿן אָרעמע לײַט. זײַן ייִדישע טעטיקײט, און בפֿרט זײַנע ציוניסטישע אַקטיװיטעטן, װערן דאָ כּמעט װי ניט דערמאָנט, כאָטש אַן אױפֿמערקזאַמער לײענער װעט געפֿינען דאָ און דאָרטן געהעריקע רמזים.
הײַנט לעבט די אַמאָליקע ייִדישע װילנע װײַטער אין דער רוסישער ליטעראַטור אין די ראָמאַנען פֿון גריגאָרי קאַנאָװיטש. זײַן שעפֿערישער כּוח־הדמיון האָט באַלעבט די שטאָטישע לאַנדשאַפֿט מיט ייִדישע געשטאַלטן פֿון די אַמאָליקע צײַטן. פֿון לעװאַנדאַ ביז קאַנאָװיטש, האָט די ייִדישע װילנע אַ לאַנג לעבן אין דער רוסישער ליטעראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.