„כאַמאַס‟ וויל שטאַרק, אַז מאַכמוד אַבאַס׳ פּרעזידענטישע גוואַרדיע זאָל איבערנעמען די איבערגאַנג־פּונקטן אויף דער גרענעץ צווישן עזה און ישׂראל. פֿון דעסטוועגן, וועט די איסלאַמיסטישע אָרגאַניזאַציע זיכער נישט נאָכגעבן דעם פֿאַרלאַנג פֿון אַבאַס און דער מערבֿ־וועלט צו ברענגען איר מיליטערישן פֿליגל אונטער אַבאַס׳ קאָנטראָל.
אַזוי האָט דערקלערט דער פּאָלקאָווניק „מ‟, דער הויפּט פֿונעם פּאַלעסטינער אָפּטייל אין דער ישׂראלדיקער אויסשפּיר־אַגענטור, בעת אַן אינטערוויו מיטן זשורנאַליסט אַבֿי ישׂשׂכרוף, וואָס איז לעצטנס געדרוקט געוואָרן אויף דער ענגליש־שפּראַכיקער וועבזײַט פֿון Times of Israel.
פּאָלקאָווניק „מ‟ האָט אויך געזאָגט, אַז „כאַמאַס‟ האָט בכלל נישט געוואָלט, אָדער פּלאַנירט אַ מלחמה, אָבער איז נישט־וועלנדיק אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין איר ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַ ריי אומגעריכטע געשעענישן, אָנהייבנדיק פֿון דער פֿאַרכאַפּונג פֿון דרײַ ישׂראלדיקע ישיבֿה־בחורים אינעם מערבֿ־ברעג אין יוני. יענע באַריכטן וואָס טענהן, אַז „כאַמאַס‟ האָט פּלאַנירט דורכצופֿירן אַ מלחמה אין יולי איז „נישט־געשטויגן, נישט געפֿלויגן‟, האָט ער געזאָגט.
דער פּאָלקאָווניק „מ‟ האָט באַטאָנט, אַז דאָס איז נישט בלויז זײַן פּערזענלעכע מיינונג, נאָר די מיינונג פֿונעם גאַנצן ישׂראלדיקן אויסשפּיר־פּערסאָנאַל, אַרײַנגערעכנט „שין־בית‟. אויב אַזוי, איז דאָס נאָך אַ באַווײַז פֿון דער וואַקסנדיקער שפּאַלטונג צווישן די ישׂראלדיקע זיכערהייט־פּראָפֿעסיאָנאַלן און זייערע פּאָליטישע באַלעבאַטים, וואָס שייך די זיכערהייט־באַדערפֿענישן פֿון לאַנד.
אינעם אַרטיקל באַשרײַבט ישׂשׂכרוף די סיבות, פֿאַר וואָס אַבאַס האָט אַזוי שאַרף אַטאַקירט ישׂראל בײַ דער „יו־ען‟. ערשטנס, האָט ער געדאַרפֿט פֿאַרבעסערן זײַן אייגענע רעפּוטאַציע בײַם פּאַלעסטינער עולם, ווײַל זינט דער מלחמה דעם זומער איז זײַן פּאָפּולאַריטעט אין די אַנקעטעס שטאַרק געפֿאַלן. פֿרילינגצײַט האָבן צוויי מאָל אַזוי פֿיל פּאַלעסטינער געשטיצט אַבאַסן ווי דעם „כאַמאַס‟־פֿירער איסמאַיִל כאַניִע. נאָך דער מלחמה איז געווען פּונקט פֿאַרקערט, ווײַל די פּאַלעסטינער וויילער האָבן שטאָלצירט, וואָס „כאַמאַס‟ האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט ישׂראל.
די צווייטע סיבה פֿון אַבאַס׳ „יו־ען‟־אַטאַק אויף ישׂראל איז, ווײַל ער איז געווען שטאַרק אַנטוישט מיטן אופֿן, ווי אַזוי די נתניהו־רעגירונג האָט זיך באַצויגן צו אים דעם זומער, בפֿרט נאָך דעם ווי ער האָט איבערגעגעבן ישׂראל וויכטיקע פּרטים וועגן די פֿאַרכאַפּער, כּדי זיי צו געפֿינען.
לויט פּאָלקאָווניק „מ‟, באַטראַכט „כאַמאַס‟ די מלחמה ווי אַ דורכפֿאַל. „די ׳כאַמאַס׳־פֿירער פֿאַרשטייען איצט, אַז זיי האָבן געשטעלט באַדינגונגען, וואָס זענען געווען זייער אומרעאַליסטיש: אַז מע זאָל אָפּשטעלן די בלאָקאַדע פֿון עזה; אַז מע זאָל דערלויבן די פּאַלעסטינער צו בויען אַ פֿליפֿעלד און אַ ים־פּאָרט. נאָכן מאַכן אַזוינע דערקלערונגען האָבן זיי נישט געהאַט קיין ברירה, און געמוזט ווײַטער קעמפֿן, כּדי צו דערגרייכן די צילן. אָבער דערנאָך איז עס געוואָרן אַ פּאַסטקע פֿאַר זיי, ווײַל זיי האָבן גאָרנישט אויפֿגעטאָן. זיי האָבן אײַנגעזען, אַז צו ענדיקן די מלחמה אָן שום אויפֿטו איז מער געפֿערלעך פֿאַר זיי, ווי אָפּשטעלן דעם ראַקעטן־פֿײַער.‟
אין לעצטן סך־הכּל, וואָלט ביבי גיכער געוואָלט, אַז „כאַמאַס‟ זאָל קאָנטראָלירן עזה ווי אַבאַס, כּדי די פּאַלעסטינער זאָלן ווײַטער בלײַבן צעשפּאָלטן; מיט אַנדערע ווערטער — ס׳זאָל נישט זײַן מיט וועמען צו גיין צום טיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.