ירושלים. — פֿרויען מעגן שׂימחת־תּורה טאַנצן מיט דער ספֿר־תּורה, האָט די נאַציאָנאַל־רעליגיעזע רבנים־אָרגאַניזאַציע „בית הילל‟ געמאָלדן אויף איר וועבזײַט.
דער פּסק מוטיקט די שילן אויך צו דערמעגלעכן די עלטערע לײַט, קינדער און מענטשן מיט אַ מום זיך צו באַטייליקן אין די פֿײַערונגען פֿון שׂימחת־תּורה, ווען ייִדן טאַנצן און זינגען בעת די הקפֿות — דאָס טראָגט די ספֿרי־תּורה איבער דער שיל זיבן מאָל.
אין אָרטאָדאָקסישע שילן ווערן פֿרויען, געוויינטלעך, נישט דערלויבט צו לייענען תּורה אָדער צו טראָגן אַ ספֿר־תּורה אויף די הענט.
„פֿרויען, וועלכע האַלטן, אַז די מיצווה איז אַ וויכטיקע, ווערט זיי דערלויבט צו טאַנצן מיט אַ ספֿר־תּורה אָדער צו טאַנצן אַרום דעם טיש, וווּ עס ליגט די ספֿר־תּורה,‟ שטייט געשריבן אינעם פּסק.
„אין אונדזער דור זענען אַ סך פֿרויען אַקטיוו באַטייליקט אינעם דאַווענען און תּורה־קלאַסן, פּונקט ווי זיי זענען אַקטיוו אין אַנדערע אַספּעקטן פֿון געזעלשאַפֿטלעכן לעבן… אויב פֿרויען מעגן שׂימחת־תּורה בלויז זיך צוקוקן פֿון דער ווײַבערשיל ווי די מאַנסבילן טאַנצן, אָדער קאָנען בלויז צוגרייטן די טישן צום קידוש, איז עס זייער טרויעריק.‟
דער פּסק האָט אויך פֿאָרגעלייגט אַנדערע מיטלען ווי אַזוי אַרײַנצוציִען פֿרויען אין די שׂימחת־תּורה פֿײַערונגען ווי, למשל, באַערן אַ פֿרוי צו דינען ווי די כּלה־תּורה, פּונקט ווי מע באַשטימט יעדעס יאָר אַ מאַן פֿאַרן חתּן־תּורה; פֿאַרזיכערן, אַז ס׳איז דאָ גענוג אָרט פֿאַר די פֿרויען צו טאַנצן אין דער ווײַבערשיל, און זיך באַראַטן מיט די פֿרויען פֿון פֿריִער וועגן די לידער, וואָס מע זאָל זינגען בעת די הקפֿות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.