אין קאָמוניסטישן פּוילן איז רעליגיע געווען טריף, און קולטור — כּשר. יעדע שטאָט און שטעטל האָט געהאַט אַ „קולטור־הויז‟, וווּ מען האָט געקאָנט זיך טרעפֿן, זען פֿילמען, הערן לעקציעס, טאַנצן וכדומה. נאָך דער מפּלה פֿון די קאָמוניסטן, איז די קירך געוואָרן צוריק דער צענטער פֿון געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. פֿאַר די ווייניק ייִדן, וואָס לעבן נאָך אַלץ אין פּוילן איז נישט געווען וווּאַהין צו גיין. די „קולטור־הײַזער‟ שטייען הײַנט כּמעט ליידיק, און אין דער קירך ווילן די ייִדן נישט גיין. דאָס רובֿ ייִדן דאָ אין לאַנד זענען אין גאַנצן נישט רעליגיעז, אַזוי אַז אין שיל ווילן זיי אויך נישט גיין. אין דער גרויסער נאָזשיק־שיל אין וואַרשע פֿעלט אָפֿט אַ צענטער צום מנין.
לעצטנס אָבער, האָט די וואַרשעווער ייִדישע אינטעליגענץ יאָ וווּהין צו גיין. דער נײַער שיינער בנין פֿונעם ייִדישן מוזיי איז געוואָרן אַ מין „קולטור־הויז‟, אָדער ווי מען רופֿט עס אין ישׂראל „בית־תּרבות‟. דער בנין פֿון ייִדישן מוזיי איז עלעגאַנט און מאָדערן, אַזוי אַז ס’איז געוואָרן „שיק‟ צו קומען אויף כּל־המינים אונטערנעמונגען, וואָס דער מוזיי אָרגאַניזירט.
דעם 8טן נאָוועמבער איז אינעם ייִדישן מוזיי פֿאָרגעקומען אַן אָוונט, געווידמעט מיקאָלײַ גרינבערגס נײַ בוך OSKARZAM AUSCHWITZ, דהײַנו, „איך באַשולדיק אוישוויץ‟. מיקאָלײַ גרינבערג איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין יאָר 1966. ער איז אַ שרײַבער און אַ פֿאָטאָגראַף, און פֿון באַרוף — אַ פּסיכאָלאָג.
דאָס בוך איז אַ זאַמלונג פֿון אינטערוויוען מיט ייִדן, וואָס וווינען אין ניו-יאָרק, וואַרשע און תּל-אָבֿיבֿ, טעכטער און זין פֿון ניצול-געבליבענע. איינע פֿון די אויסגעפֿרעגטע הייסט האַלינאַ, און זי וווינט ביזן הײַנטיקן טאָג אין טשענסטאָכאָוו. איך לייג ווײַטער פֿאָר אַן אויסצוג פֿון דעם אינטערעסאַנטן שמועס מיט דער ייִדישער פֿרוי.
— פֿאַר וואָס איז אײַער משפּחה געבליבן אין טשענסטאָכאָוו? — האָט זי מיקאָלײַ גרינבערג געפֿרעגט.
— מיין טאַטע האָט נישט געוואָלט זיך רירן פֿון אָרט. ער האָט געוואַרט, — איז געווען דער ענטפֿער.
— אויף וועמען? — האָט האַלינאַ זיך פֿאַרחידושט, — אויף זײַן משפּחה. דער טאַטע פֿלעגט זאָגן: מען מוז האָבן אַ ביסל געדולד. ער האָט געוואַרט אויף זײַן איידעם אויך. אַ פּאָליאַק. דער מאַן פֿון זײַן עלטסטער טאָכטער. ער איז טאַקע געקומען און דערציילט, אַז די דײַטשן האָבן זיי געכאַפּט אויף דער גאַס און געשיקט קיין אוישוויץ. דאָרט האָט מען זיי צעשיידט.
— ווי לאַנג האָט ער נאָך געוואַרט? — האָט גרינבערג געפֿרעגט.
— ביזן יאָר 1972. אין דעם יאָר איז דער טאַטע געשטאָרבן, — האָט האַלינאַ געענטפֿערט.
האַלינאַ האָט דערציילט, אַז דער טאַטע פֿלעגט גלעטן אַ גרויס בוך, וואָס ער האָט געהאַלטן אויף די קני. ס’איז געווען אַ „יזכּור בוך‟ פֿון טשענסטאָכאָוו, אַרויסגעגעבן אין אויסלאַנד. דאָרט זענען געווען בילדער פֿון זײַן משפּחה, פֿון זײַנע קרובֿים און חבֿרים. דאָרט האָט ער געפֿונען בילדער פֿון זײַנע טעכטער אין דער ייִדישער שול. האַלינאַ האָט נישט באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז דער טאַטע האָט געהאַט נאָך טעכטער. זי האָט געמיינט, אַז זי איז זײַן אייניקע טאָכטער!
האַלינאַ האָט ווײַטער דערציילט, אַז איר גאַנץ קינדהײט האָט זי פֿאַרבראַכט אינעם אָרטיקן קלוב פֿון TSKZ (פֿאַרבאַנד פֿון די פּוילישע ייִדן). דער קלוב האָט זיך געפֿונען אינעם הויז, וואָס האָט געהערט פֿאַר דער מלחמה צו אַ רײַכער ייִדישער משפּחה. ס’איז געווען זייער אַ שיין הויז מיט אַ פּרעכטיקן גאָרטן. דאָרטן האָט זי זיך געפֿילט פֿרײַ. דאָרט האָט זי נישט געדאַרפֿט דערקלערן, פֿאַר וואָס זי גייט נישט אין קלויסטער, פֿאַר וואָס האָט זי נישט קיין משפּחה, חוץ טאַטע-מאַמע, און פֿאַר וואָס פֿאָרט זי נישט צום פֿעטער אין דאָרף? אין ייִדישן קלוב איז איר געווען גוט. אַלע קינדער זענען דאָרט געווען אַזוי ווי זי….
דער זאַל אין ייִדישן מוזיי איז געווען פֿול געפּאַקט מיט מענטשן, ס‘רובֿ ייִדן. גוט וואָס די ייִדן וואָס פֿילן זיך נישט היימיש אין אַ שיל, האָבן סוף־כּל־סוף געפֿונען אַן אָרט, וווּ צו פֿאַרברענגען אַ קולטורעלן ייִדישן אָוונט אין וואַרשע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.