(די 2 טע זײַט פֿון 2)
נאָך זײַן רעדע איז די מאַמע צוגעגאַנגען, כּדי אים צו באַגריסן, אפֿשר אויך צו בעטן מחילה פֿאַר מײַן אויפֿפֿיר, און אַ דערבײַיִקער פֿאָטאָגראַף האָט געכאַפּט אַ בילד פֿון אונדז. דערפֿאַר ווייס איך אויף זיכער, אַז איך האָב אַ מאָל זיך געטראָפֿן מיט יצחק באַשעוויסן, כאָטש איך געדענק גאָרניט דערפֿון.
ווען באַשעוויס וואָלט הײַנט אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים און וואָלט אַרומגעגאַנגען אין מאַנהעטן, געוואָרפֿן קערעלעך פֿאַר די טײַבעלעך, ווי ס׳איז געווען זײַן שטייגער, וואָלטן ס׳רובֿ מענטשן — אפֿשר אויך ס’רובֿ ייִדן — און כּמעט אַלע פֿונעם ייִנגערן דור, מער ניט געוווּסט ווער דאָס איז. אַזוי איז דאָס מיט באַרימטקייט: יעדן קומט נאָר 15 מינוט, און אַפֿילו די יחידי־סגולה, וואָס באַקומען מער, וועלן, סוף־כּל־סוף, פֿאַרגעסן ווערן. די, וואָס האָבן דאָס מזל צו בלײַבן אינעם פֿאָלקס זכּרון צום לענגסטן, זײַנען אַזעלכע, וואָס האָבן אפֿשר גאָרניט עקסיסטירט אין דער אמתן: אַבֿרהם אָבֿינו, משה רבנו, דער גריכישער פּאָעט האָמער, אפֿשר אויך ישו הנוצרי. ווען אַבֿרהם אָבֿינו וואָלט הײַנט אויפֿגעשטאַנען, ווער וואָלט אים דערקענט? סײַדן פֿון דעם, וואָס ער זעט אויס 175 יאָר אַלט.
דעריבער איז אפֿשר ניט קיין אומגליק, וואָס איך האָב פֿאַרפֿעלט כּמעט אַלע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, וואָס זײַנען געווען אויף מײַן וועג. ווײַל אמתע מענטשן קענען ניט זײַן אַזוי באַרימט ווי די אויסגעטראַכטע, געשאַפֿענע פֿון דערציילער, פֿון שרײַבער און פֿילם־מאַכער. אַפֿילו די אמתע מענטשן וואָס מע געדענקט, ווי באַשעוויס, למשל, געדענקט מען ניט דעם מענטש ווי ער איז געווען, נאָר די לעגענדע וואָס האָט זיך געשאַפֿן אַרום אים. איז בעסער אָנצוהייבן לכתּחילה מיט דער לעגענדע און גלײַך פּטור צו ווערן פֿונעם אמת.
אַ לעצטער עפּיזאָד פֿון מײַן אַרבעט אין יענעם מוזיקקראָם: אַרבעטנדיק אינעם קלאַסישן אָפּטייל, האָב איך אַ סך געהאַט צו טאָן מיט דער קריסטלעכער מוזיק. די ערשטע פּאָר הונדערט יאָר פֿון דער קלאַסישער מוזיק איז אַלץ קלויסטער־הימענס, מעסעס און אָראַטאָריעס וועגן יויזל, זײַנע שלוחים, דער בתולה מרים אאַז״וו. מיר איז ספּעציעל געפֿעלן די ווערק פֿון יאָהאַן סעבאַסטיאַן באַך, דעם דײַטשן קאָמפּאָניסט פֿון דער ערשטער העלפֿט 18טן י”ה. איז מאָלט אײַך, ווי איך אַרבעט בײַ דער קאַסע ווי געוויינטלעך, און דורך דער טיר קומט אַרײַן אַ מיטל־יעריקער מאַן, אַ פֿעסט־געבויטער, מיט לאַנגע, געקרײַזלטע ווײַסע האָר — דאַכט זיך, אַ פּאַריק. די קנעפּלעך אויף זײַן אַלטמאָדיש רעקל האָבן געגלאַנצט ווי בראָנדז.
וויבאַלד ער עפֿנט דאָס מויל, הער איך דעם דײַטשן אַקצענט — און ענגליש רעדט ער אַ סך ערגער ווי דער געוויינטלעכער אייראָפּעיִשער טוריסט. פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר האָבן ניט דעם קאָמפּאַקט־דיסק, וואָס ער זוכט, דאַרף ער עס באַשטעלן און אויספֿילן דעם פֿאָרמולאַר. איר קענט זיך פֿאָרשטעלן מײַן סורפּריז, נאָך דעם ווי ער איז אַרויס, ווען איך האָב דאָרט געלייענט שוואַרץ אויף ווײַס זײַן חתימה: דזשיזעס קרײַסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.