הויכע סטאַנדאַרטן

High Standards


פֿון עמיל קאַלין

Published October 15, 2014, issue of November 07, 2014.

לכתּחילה האָב איך זיך נישט געקליבן צו שרײַבן וועגן דעם „מילקי־שטורעם‟, וואָס בושעוועט בײַ אונדז שוין איבער אַ וואָך. וואָס דאַרף מען דאָ שרײַבן? אין דער הײַנטיקער וועלט, טרעפֿט זיך גאָר נישט זעלטן, אַז מענטשן פֿון אַלערליי מדינות און פֿעלקער קלײַבן זיך אַריבער אין דעם גלאָבאַלן דאָרף פֿון איין ליקל אין אַן אַנדערן. מע פֿאַרלאָזט ישׂראל? אַ גרויסע מעשׂה! זאָל זיי ווויל באַקומען.

און דאָך, האָט מיך אַ ווערעמל געהריזשעט אין די געדערעם, און נישט געלאָזט צו רו; דער רוף פֿון אַ גרופּע ישׂראלים, וואָס לעבט אין בערלין און וואָס איז לכאורה אַרויסגעקומען ווי אַ פּראָטעסט, עס זאָלן קיין בערלין קומען צו פֿאָרן דרײַ הונדערט טויזנט ישׂראלים, זעט מיר אויס ווי אידיאָטישקייט.

טאַקע? קיין בערלין ווילט זיך זיי אונדז אַראָפּברענגען, ווי גאָרנישט איז אין דער געשיכטע נישט געשען… בלויז זיבעציק יאָר זענען אַוועק זינט דעם חורבן, אָדער בעסער געזאָגט, זיך אַנטפּלעקט פֿאַר אונדז מיט דעם גאַנצן כּוח פֿון זײַן האָר-שטעליקן שוידער.

אָבער פֿאַר די זין און טעכטער פֿון די נײַ-ייִדן, דעם ערשטן דור פֿון הי-געבוירענע סאַברעס, איז דער חורבן פֿאָרגעקומען „פֿון לאַנג‟, און האָט סײַ־ווי גאָר אַ ווײַטן שײַכות צו זיי גופֿא. זיי גייען גיכער אָן די פּרײַזן פֿון עסן. זיי האָבן אָפּגעזוכט דעם שטאַרקסטן אַרגומענט, פֿאַרוואָס ס׳איז בעסער צו לעבן אין דײַטשלאַנד איידער אין ישׂראל: דער פּודינג „מילקי‟, איז מערקווערדיק ביליקער. עס לעבט זיך בעסער. מע קומט אויס מיט אַ קלענערן געהאַלט ווי אין ישׂראל. בײַ זיי איז דאָס גענוג צו באַקרוינען דײַטשלאַנד ווי אַ גן-עדן.

דעם אמת צו זאָגן, אַז מע וואָלט מיר אויפֿגעוויזן באותות־ומופֿתים, אַז אין בערלין קאָן מען אַרײַנגיין אין סופּערמאַרקעט און אַרויסגיין מיט פֿולע זעק אָן אַן אָפּצאָל, וואָלט איך אַפֿילו נישט געטאָן דעם מינדסטן טראַכט אײַנצופּאַקן מײַנע וואַליזקעס און לויפֿן נאָך אַ בילעט אַהינצו.

בײַ מיר — דײַטשלאַנד בפֿרט און מערבֿ-אייראָפּע בכלל — שטייען מײַלן ווײַט פֿונעם „גן-עדן‟. האָב איך אַ טראַכט געטאָן, וואָס מיינט עס טאַקע, אַ גן-עדן? הויכע לעבנס-סטאַנדאַרטן? נידעריקע פּרײַזן? אויף די קשיות וועל איך ענטפֿערן מיט אַ מעשׂה, ווי ס׳איז די טבֿע בײַ די חסידים:

אַ מאָל, אַ מאָל בין איך געווען אויפֿן מערבֿ-ברעג, נישט דאָ בײַ די שכנים, נאָר דאָרט, בגלות אַמעריקע, וווּ די יבשה טרעט אָפּ דעם פּאַציפֿישן אָקעאַן. מײַן גאַסט-געבער איז געווען אַ געוועזענער ישׂראלי, וואָס לעבט אין אַמעריקע אַ קיימא-לן פֿון פֿופֿצן יאָר. פֿון דעם מאָמענט אָן, וואָס איך האָב געשטעלט די ערשטע טריט אויפֿן אַמעריקאַנער באָדן, האָט מײַן חבֿר געהאַלטן אין איין לויבן זײַן נײַעם וווין-אָרט: